מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו פון די לאנגיעריגע תלמדים פון מוהרא"ש זי"ע.
דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענער תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט האט דער חתן ני"ו געהאט די זכיה צו האבן געענדיגט ש"ס צו זיין בר מצוה, און האט אויסגענוצט זיינע בחורישע יארן מיטן לערנען פלייסיג און האט שוין ביז יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין 101 מאל משניות, 101 מאל מסכת תענית, אויסער זיינע פילע אנדערע שיעורים בכל מקצועות התורה.
פארגאנגעם פסח העעל"ט ווען ער האט זיך באטייליגט ביים סדר פונעם ראש ישיבה האט דער ראש ישיבה אים צוגעזאגט אז ביז שבועות הבעל"ט וועט ער ווערן א חתן. אזוי אויך איז דער חתן געווען פאריגע וואך ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, וואס ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע צוגעזאגט אז ער וועט זיך משתדל זיין מיט אלע זיינע כחות צו טרעפן א שידוך פאר יעדע בחור אדער מיידל וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו.
יעצט איז ער ב"ה א חתן געווארן למזט טוב, צו די חשובע טאכטער פון מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא בירושלים.
זאל דער אייבישטער העלפן דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב. אמן
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה
 
בילדער פון לחיים אין שטוב פונעם מחותן מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא בירושלים