שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה
ג אב תשע"ט 📝
מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' אהרן ישראל פיש ני"ו בן מו"ה פנחס זעליג שלום הי"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו.
די מסיבת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש אין סקאליע קאנטרי ביים סקאליע רבי שליט"א, מיט די באטייליגונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז גלייכצייטיג אויך געווען דער שדכן. ביים לחיים האט דער סקאליע רבי שליט"א ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער זוכה זיין צו מרבה זיין גבולי קדושה.
סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן.
דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, האט ער די זכיה אז ער האט שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל ביז יעצט, און יעצט פלאנט דער חתן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן ש"ס צום דריטן מאל אויף זיין חתונה בשטו"מ.
די כלה איז א טיטשער אין די בית פיגא סקול, ווי זי גיט זיך אוועק פאר די טייערע קינדער, און לייגט אריין אין זיי יראת שמים און גוטע מידות.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה