שיינע שידוכים פון צוויי תלמידי הישיבה
כט אדר א' תשע"ט 📝
די וואך זונטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך צווישן צוויי חשובע מחותנים מאנשי שלומינו, ווען הב' נחמן נתן בוים ני"ו, א זון מו"ה עזרה הי"ו פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו.
דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. אזוי אויך העלפט ער זייער אסאך ארויס אינעם בית הדפוס צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן צענדליגע טויזנטער ספרים, וואס איז מחזק און מעודד אידן איבער די גאנצע וועלט.
דער מחותן מצד החתן מו"ה עזרא הי"ו איז א זון פון הרב דניאל שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש שוין צענדליגע יארן, וואס איז עוסק אין פארשפרייטן דעם רבינס אור און דערמיט דערנענטערן אידן צום אייבערשטן שוין אסאך יארן.
בילדער
*
יעצט מיטוואך נאכמיטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך, ווען הב' אברהם יצחק אייזנער הי"ו פון קרית טאהש קאנאדע, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב מאיר דוד פארקאש שליט"א
דער חתן איז א תלמיד הישיבה די לעצטע פאר יאר, וואו ער האט פלייסיג גלערענט און געענדיגט פילע חלקים פון די תורה, אין די פרייע צייט איז ער אלץ גרייט געווען צו צולייגן א האנט און צו העלפן די הייליגע ישיבה ווי ער האט געלערענט, ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט און געטון מיט גרויס חשק אלעס וואס ער האט נאר געקענט צו משמש זיין דעם הייליגן רבין.
דער מחותן מצד הכלה מו"ה מאיר דוד הי"ו איז ברייט באקאנט מיט זיינע פעולות צו פארשפרייטן דעם רבי'ס לעכטיגע עצות אויף די גאנצע וועלט אויף פארשידענע אופנים, אזוי אויך מיט זיין מסירת נפש צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבין ותלמידיו אויף די גאנצע וועלט.
*
זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל.
עוד ישמע בערי יהודה