א שיינע באשיידענע וואך נאכט איז פארגעקומען די וואך מאנטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה יעקב לעזער הי"ו צום געבורט פון זיין צווילינג למזל טוב. יענקי איז פון די חשובע כולל יונגעלייט
צומארגענס דינסטאג אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בארא פארק. עס איז געווען א גרויס התעוררות ביי אנ"ש וועלכע זענען געווען פארזאמעלט, ווען יעדער האט זיך געבעטן שטילערהייט זיינע תפלות און בקשות צום באשעפער בשעת'ן ברית, געדענקענדיג וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן ביי א ברית ווען מ'פלעגט זיך מזכיר זיין, "וואס בעטסטו מיר? אליהו הנביא קומט דאך יעצט, בעט אים"...
דער מוהל איז געווען הרב ר' אהרן ווייס שליט"א, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן איין קינד דער זיידע הרב ר' יצחק, און איין קינד דער זיידע הרה"ג ריווניצער רבי פון בארא פארק.
די קינדער האט מען א נאמען געגעבן "נחמן נתן" און "צבי אלימלך". "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמיד ר' נתן. עס איז באוויסט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל נישט געבן נחמן אליינס, נאר מיט נאך א נאמען. מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל געבן נחמן נתן צוזאמען. דער צווייטער קינד האט מען א נאמען געגעבן "צבי אלימלך" נאכן הייליגן בני יששכר, וואס זיין יארצייט איז אויסגעפאלן דעם טאג, און דאס קינד איז אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק.
מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזינגען שיינע ניגונים, און געדאנקט דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים.
אן עקסטרע מזל טוב קומט פאר אונזער חשובע מנהלת די מאמע פון די צווילניג, פארן זיך אזוי איבער געבן פאר אונזערע קינדער טאג און נאכט. עס איז נישט דא נאך א פלאץ ווי די מיידלעך זאלן זיין אזוי צוגעקלעבט צו זייער פריציפל ווי אין בית פיגא, ווי מ'זעט יעצט ווען די מנהלת קומט נישט אין סקול, ווארטן די מיידלעך און בענקען זיך און שיקן בריוו וכו'.
זאל דער אייבישטער העלפן זיי זאלן זוכה זיין צו ערציען זייערע קינדער גרינגערהייט, און  זאלן זיין אמתדיגע ערליכע אידן וואס זענען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים
בילדער פון ברית
 
בילדער פון וואך נאכט