פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווען הבחור החשוב שמעון ני"ו איז אריינגעקומען לעול המצוות.
די סעודה לכבוד די בר מצוה איז פארגעקומען ביים גרויסן זיידן הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, בבית מדרשו אין בארא פארק. פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די שיינע שמחה.
נאכדעם וואס דער חתן הבר המצוה האט געזאגט זיין פשעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווארעמע דיבורים צום פרישן בר מצוה בחור, "וישם את אפרים לפני מנשה", האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער רבי זאגט אז א איד דארף טון אסאך גוטע זאכן, לערנען און דאווענען, טון פיל מצות און מעשים טובים, און דורכדעם וועלן די שלעכטע זאכן שוין אוועקפאלן פון זיך אליין. אז דער בר מצוה בחור גייט יעצט אריין לעול התורה והמצות, זאל ער זיך שטארקן מיט דעם, אריינצוכאפן ווי מער גוטע זאכן".
דערנאך האט גערעדט דער חשובער זיידע, הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. "אנו עמלים והם עמלים, א איד פלאגט זיך און א גוי פלאגט זיך, אבער א איד באקומט שכר פאר זיין ארבעט". האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים, "א גוי באקומט דאך אויך באצאלט פאר זיין ארבעט? נאר, דער חילוק איז אז דער איד באקומט שכר אפילו ווען די ארבעט געלונגט נישט, בלויז פאר'ן זיך אנשטרענגען און פרובירן צו טון גוטע זאכן, קריגט ער שוין אסאך שכר אויף דעם". ער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם בר מצוה בחור וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה מיט גרויס התמדה, און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים. צו די זעלבע צייט האט ער גערעדט פון די חשיבות פון זיין איידעם, דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשובער זיידע, הרב הצעיר מקארלסבורג שליט"א, וואס האט גערעדט זייער שיין פאר א לענגערע צייט, פילע שיינע חידושים און געדאנקען פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מוסר נפש אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם איז ער מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן.
דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן עלטער זיידע, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פון די וואכנדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.
*
דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א ווידער אריבערגעפארן צום גרויסן זיידן, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, צו תפלין לייגן. דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן בר מצוה בחור, און אים שיין אנגעוואונטשן. ס'איז געווען גאר א שיינע שמחה, און מיר אלע וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת ביי דעם בר מצוה בחור און ביי אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.
בילדער פונעם בר מצוה
בילדער פון תפילין לייגן
קליפס פונעם בר מצוה
 
סימן טוב ומזל טוב!