פארגאנגענעם שב"ק איז אריינגעגאנגען לעול התורה והמצות הבחור החשוב הב' נחמן יואל וועבערמאן הי"ו פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלבער חדר אין וויליאמסבורג, א זון פון הר"ר אהרן שליט"א, א זון פון הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א, מנהל בית רחל סאטמאר קרית יואל.
די סעודת הבר מצוה איז פארקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד בנין אריאל אין קרית יואל, ווי עס איז סערווירט געווארן א באשיידענע סעודה, און מ'האט זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה פונם חתן בחור וואס איז אריין לעול התורה והמצות.
דער טאטע האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר זיינע חשובע עלטערן, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט אלץ פון די חינוך וואס זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אין אים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך, אריינלייגן אין די קינדער אז די אמת'ע תכלית אויף דער וועלט איז נאר תורה און מצות. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז פונקט ווי די בר מצוה איז געווען אין שול, זאל דער אייבישטער העלפ ער זוכה זיין אז אויך די חתונה זאל פארקומען אין א שול.
היינט זונטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס שמחה אין קעמפ ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בחור צום ערשטן מאל.
 
ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש