שיינע שמחת ברית ביי מו"ה ברוך ברדוגא הי"ו
טז חשון תשע"ט 📝
היינט דאנערשטאג וירא איז געווען א שיינע שמחה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען מו"ה ברוך ברדוגא הי"ו מחשובי אנ"ש אין דזשורזי סיטי האט אריינגעברענגט זיין קינד בברתו של אברהם אבינו.
דער ראש ישיבה שליט"א איז מוכבד געווארן מיט סנדקאות, און הרב אהרן ווייס הי"ו מוהל מומחה איז געווען דער מוהל, ויקרא שמו בישראל דוד.
ביים סעודה אין עטרת אפעל, וואס דינט אלץ עס זאל פון די מוסדות, האט דער ר"י געזאגט, אז עס שטייט אז טרנסרופוס הרשע האט געפרעגט רבי עקיבא "אויב דער אייבישטער וויל אז א איד זאל זיין געמלעט, דאן פארוואס ווערט מען נישט געבוירן גמלעט?", האט אים ר"ע געענטפערט, "אויב אזוי פארוואס זאלסטו נישט עסן ווייץ רויערהייט? אויב דער אייבישטער וואלט געוואלט אז מ'זאל עס מאלן און איינקנעטן און מאכן דערפון ברויט, וואלט עס געדארפט אזוי וואקסן... נאר דער אייבישטער וויל אז מיר זאלן עס צוענדיגן". דער ר"י האט צוגעברענגט א מדרש אז עס געווען א קעניג וואס האט געקענט חכמת הפצוף און ער האט געוואלט וויסן ווער איז דער משה רבינו, האט ער געשיקט מעלער צום מדבר אפצומאלן משה רבינו כדי ער זאל אים קענען אנאלאזירן, ווען דער מעלער איז צוריק געקומען האט אים דער קעניג געזאגט "ביזט מחיוב מיתה ווייל דו האסט מיר נישט געפאלגט, דער אינעם בילד קען נישט זיין משה רבינו" האט אים דער מעלער געזאגט "איך האב געטון מיין שליחות בנאמנות, אדרבה שיק נאך א מעלער וועסטו זען אז ער וועט דיר צוריק ברענגען די זעלבע זאך", האט ער באשלאסן אליינס צו פארן, און געזען אז יא דער מעלער האט געמאלן ריכטיג, האט ער געפרעגט משה רבינו "ווי אזוי קען זיין אז דאס ביסטו? איך זען מיט מיינע חכמות אז דו ביסט די מענטש מיט די ערגסטע נאטורן וואס איך האב נאר אמאל געזען, אבער אין מציאות זעה איך אז דו ביסטו די בעסטע מענטש מיט גאר גוטע מידות. עפעס שטימט נישט דא", האט אים משה רבינו געזאגט, "דאס וואס דו זעסט אויף מיר איז אמת ויציב, נאר איך האב געארבעט אויף די מידות". האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט אז א מענטש מיינט איך מוז זיין א כעסן א קארגער א נעגאטיווער ווייל יעדער ווייסט אז מיין משפחה זענען כעסנים, קארגע, א.א.וו., - אבער ניין" האט דער ר"י געזאגט, "ניין דו דארפסט און די קענסט ארבעטן אויף דיינע מידות, און דו וועסט נאך זוכה זיין צו גאר אסאך גוטע זאכן".
דערנאך האט מען געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה.
הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אֲבִי הַיֶּלֶד וְאִמּוֹ, וְיִזְכּוּ לְגַדְּלוֹ וּלְחַנְּכוֹ וּלְחַכְּמוֹ, מִיּוֹם הַשְּׁמִינִי וָהָלְאָה יֵרָצֶה דָמוֹ, וִיהִי ה' אֱלקיו עִמּוֹ.
דער דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א