שיינע תנאים בקרב אנ"ש פארגאנגעם מוצש"ק אין קרית יואל
כח טבת תשע"ח 📝
א שיינע ציבור אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום תנאים פון החתן אהרן בלוי ני"ו מתלמידי ישיבת תפארת התורה בן הרה"ג שלמה ברוך שליט"א, ראש ישיבת היכל הקודש באשדוד, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים עקשטיין שליט"א מחשובי אנ"ש בקרית יואל.
מען האט געהאט די זכיה אז הרה"צ רבי יצחק לעסער שליט"א, רב דקהלת היכל הקודש, האט זיך פערזענליך משתתף געווען.
עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס, הרה"צ ר' יצחק האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שטענדיג זאגן א גוט ווארט פאר די ווייב. ער האט פארציילט אז אמאל איז געקומען א איד צום הייליגן חזון איש און אים געזאגט "עס קומט מיר א מזל טוב, עס איז מיר געבוירן געווארן א קינד". האט דעם דער חזון איש געזאגט, "עס קומט זיך דיר? עס קומט דיר גארנישט! אלעס איז א מתנה פון אייבערשטן".
ער האט פארציילט אז אמאל איז א קאפל געקומען צו אים און געזאגט אז זיי האבן שוין עטליכע קינדער, אבער זיי דארפן נאך קינדער, נאכדעם וואס זיי האבן שוין נישט געהאט עטליכע יאר קיין קינדער, האט ער אים געזאגט, "דאנק דעם אייבערשטן פאר די קינדער וואס דו האסט, וועט דער אייבישטער דיר העלפן אז דו וועסט באקומען נאך", דערנאך האט ער באריכות ארום גערעדט די וויכטיגקייט פון געבן א גוט ווארט פאר די ווייב. "מען דארף געדענקען אז עס קומט זיך דיר גארנישט, יעדע זאך וואס זי טוט דארפסטו איר מכיר טובה זיין".
דערנאך האט הרה"צ רבי יצחק פארציילט איבער נאך א קאפל וואס איז געקומען צו אים, זיי האבן זיך באקלאגט אז זיי האבן פראבלעמען מיט שלום בית, ער האט געפרעגט דעם מאן ווען ער האט געזאגט דאס לעצטע מאל א גוט ווארט פאר זיין ווייב, האט ער געענטעפרט אז ער געדענקט נישט די לעצטע 18 יאר זינט זייער חתונה אז ער זאל זאגן א גוט ווארט. שפעטער האט ער גערעדט צום אינגערמאנ'ס טאטע, כדי צו וויסן פון וואו עס קומט, און דער טאטע האט אים געזאגט אים, "איך האב א שטיינענע הארץ איך געב נישט קיין גוט ווארט פאר מיין ווייב", האט רבי יצחק אויסגעפירט, אז קינדער זעען אז דער טאטע געט קיינמאל נישט א גוט ווארט פאר זיין ווייב, וועלן זיינע קינדער אויך נישט קענען. און דערנאך וואונדערט מען זיך פארוואס מ'פארשטייט זיך נישט.
נאכדעם איז מען ארויסגעגאנען אין א שיינע רקידה לכבוד די שמחה.
בילדער פון די תנאים