שיינעם באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי
יח חשון תשפ"ב 📝
פארגאנגענעם מיטוואך לך לך איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען אויף א באזוך זיך אומצוקוקן און שעפן נחת פונעם הערליכן שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית מיט'ן ערשטן מנין אין בית המדרש אויף האשקי, און גלייך דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער אין חדר, און האט אפגעווארט די קינדער בשעת זיי זענען אראפגעקומען פון די באסעס.
דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אין כיתה ד' צום חשובן מלמד הר"ר הערשל שניטצלער שליט"א, בשעת דער מלמד איז געזיצן און געלערנט מיט די קינדער. דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט אנגערופן עטליכע עלטערן, און זיי געזאגטווי וואויל זייערע קינדער זענען און ווי שיין דרך ארץ'דיג זיי פירן זיך אויף. דער ראש ישיבה האט דערנאך איבערגעשמועסט איבערגעגאנגען מיטן מלמד וויאזוי זיך צו פירן בפרטיות מיט יעדן קינד אין קלאס.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין נורסערי צום מלמד הר"ר יעקב יאקאבאוויטש שליט"א, ווי דער ראש ישיבה האט געטיילט פאר אלע קינדערלעך א טשאקאלאד, און געטאנצן מיט זיי מיטן ניגון "א מחיה חדר...", "א מחיה רבי יאקאבאוויטש...", און אזוי ווייטער.
נאכדעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו בית פיגא סקול און געגעבן א שיעור פאר די תלמידות און גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון אידישע קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, און אז ביים הייליגן רבי'ן איז געווען א יסוד 'דרך ארץ' און מיר דארפן זיך פירן אינעם רבינ'ס וועג. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די מיידלעך, "איך האב געברענגט פאר ענק די בעסטע טיטשער'ס, האט שכל און הערט אויס וואס זיי זאגן. די שכל וועט עטץ מיטנעמען נאך די חתונה!".
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגאנגען מיט די לערערינס וויאזוי זיך צו באגיין מיט יעדע תלמידה באזונדער, און אראפגעשטעלט וואס די יסודות זענען פון בית פיגא סקול.
אויך האט זיך דער ראש ישיבה אומגעקוקט אויף די ארבעט אינעם בנין וואס ווערט יעצט געמאכט, ווי מען לייגט צו פרישע קלאסן פאר די געברויך פונעם תלמוד תורה.
דער באזוך האט גאר שטארק אויפגעפרישט די איינגעשטעלטע, די תלמידים ותלמידות, וואס האבן באקומען פרישע חיות ווייטער אנצוגיין, און זיך מחדש זיין מיט די עצות והדרכות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט אונז.