שיינער חומש סעודה אין שטעטל
ו תמוז תשפ"ו 📝
היינט זונטאג פרשת חוקת בלק זענען די זאלן פונעם בנין התלמוד תורה געווארן איבערגעפילט מיט עלטערן און זיידעס, וואס זענען געקומען מיטפרייען ביי די שמחת התורה און מיטצוהאלטן דעם גאר געהויבענעם מעמד, ווען די קינדער פון כיתה א' האבן אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן חומש.
צום ערשט זענען די קינדער אריינגעקומען אין זאל, אריינמארשירנדיג ווי סאלדאטן און זיך אויסגעשטעלט אויפן סטעידזש. איין קינד איז צוגעגאנגען צום מייקראפאן אויסצופרעגן: "וואס גייט דא פאר? וואס פארא טאג איז היינט? פארוואס שטייען מיר דא אין די הייך?" און די קינדער האבן זיס געענטפערט מיט גרויס פרייד אז זיי זענען שוין "גרויסע בחורים" און גייען שוין לערנען חומש.
דערנאך זענען עטליכע קינדער ארויפגעקומען פארזאגן די פסוקים פון דעם הייליגן חומש, בשעת די איבריגע קינדער זאגן מיט אזוי בא'חנ'ט. דערנאך האט מען געזונגען הערליכע ניגונים לכבוד התורה.
צום ערשט האט מען געהערט דיבורים פונעם מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגענדיג די ריינקייט פון די קליינע אידישע קינדער, וועלכע טוען אלעס ווי א "חק בלי טעם" אן פארשטיין. ווי מ'זעט די וואך אין די סדרה פרשת חוקת, אז מ'דארף טון די מצוות פונעם אייבערשטן — ווי דער רבי זאגט — אן פארשטיין, נאר טון א מצוה מיט תמימות און פשיטות. דאס זעט מען טאקע ביי די קינדער, און ער האט אנגעווינטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן זיך אזוי פירן א גאנץ לעבן, צו טון די מצוות פונעם אייבערשטן מיט תמימות און פשיטות אן וועלן פארשטיין.
דערנאך האט מען געהערט ווערטער פונעם מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א, וועלכער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם וואס מען האלט שוין דא, און זיך עקסטער באדאנקט ביי די חשוב'ע עלטערן וואס געבן זיך אוועק יעדן טאג, טאג איין טאג אויס, פונעם אנפאנג יאר ביז היינט, איבערצו חזר'ן די עברי אינדערהיים מיט זייערע קינדער. ער האט ארויסגעהויבן אז אפילו ס'קומט נישט אלעמאל אן גרינג, האבן זיי איינגעזען די וויכטיגקייט דערפון און אוועקגעגעבן צייט פאר דעם.
ער האט צוגעלייגט אז מ'רעדט דא פון עלטערן וואס זענען באמת דא פאר זייערע קינדער; נישט אז מ'לאזט זיי פשוט איבער אין חדר און מ'גייט ווייטער, נאר עלטערן וואס האלטן אין איין "אריינטשעקן" ווי מ'רופט עס, און פרעגן זיך כסדר נאך ביי דעם מלמד: "וואס מאכט מיין זון? וואס קען מען בעסער מאכן?", און די רעזולטאטן קען מען ב"ה דא זען. דער מלמד האט צוגעענדיגט מיט א רוף צו די עלטערן נישט צו פארגעסן פונעם עיקר: צו בעטן דעם אויבערשטן פאר ערליכע קינדער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן יראי שמים און ערליכע אידן.
דערנאך האט מען געהערט דעם ראש הישיבה שליט"א, וועלכער האט צוערשט אנגעהויבן מיט א דאנק פארן מנהל פארן זיך אוועקגעבן מיט "מסירות נפש" – אזוי האט דער ראש הישיבה זיך אויסגעדריקט – פאר אונזער חדר. דער ראש הישיבה האט ארויסגעברענגט אז מ'קען ממש נישט באגרייפן וואספארא כוחות און ארבעט דער מנהל לייגט אריין, און ער האט אים אנגעוואונטשן ער זאל זען פיל אידיש נחת ביי זיין גאנצע משפחה.
דערנאך האט דער ראש הישיבה באדאנקט דעם חשוב'ן מלמד, זאגנדיג אז קיינער קען נישט פארשטיין וואס עס מיינט א מלמד וואס זיצט מיט יונגע קינדער און לערנט מיט זיי עברי. "דער מלמד ר' בערל," האט דער ראש הישיבה געזאגט, "נעמט יעדעס קינד פערזענליך כאילו עס איז זיין אייגן קינד." דער ראש הישיבה האט אויך אנגעוואונטשן פארן מלמד ר' בערל ער זאל זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיין משפחה געזונטערהייט.
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון איבערגיין עברי אינדערהיים מיט די קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי קריטיש דער לימוד פון עברי איז פאר א קינד, וויבאלד דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן. דער ראש ישיבה האט אויך באטאנט אז עברי ענדיגט זיך נאך נישט אין כיתה א', ווייל כיתה ב' איז נאך אלץ א יאר פון עברי. "יעדער טאטע ביי וועמען זיין זון איז אים חשוב און טייער, זאל זיך אוועקזעצן פיר מינוט א טאג – מען דארף נישט אוועקגעבן מער ווי א פאר מינוט – און מאכן א שמועס מיט זיין זון. לערן מיט אים יעדן טאג א האלבע פעידזש תהילים; פאר עברי דארף מען האבן סבלנות און רגילות," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט.
נאכדעם האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט נאך א שטארקע נקודה: "יעדע מאל וואס איך קום אריין אין דעם בנין, ווער איך נאכאמאל נתרגש צו זען וואס דא האט זיך אפגעשפילט מיט יארן צוריק," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "אידישע קינדער זענען געקומען קיין אמעריקע, און מ'האט נישט געקענט היטן שבת אין ברוקלין; ווייל אויב זיי האבן געוואלט ברענגען ברויט אויפן טיש, האבן זיי געדארפט ארבעטן שבת רח"ל. זענען געווען אידן מיט מסירת נפש וואס זענען ארויסגעקומען דא אין די קעטסקילס; זיי זענען אוועקגעגאנגען פון שטאט נאר כדי צו קענען היטן שבת. זיי האבן געבויט שיינע שולן – דא איז געווען זייער גרויסער בית המדרש – אבער דעם עיקר האבן זיי פארגעסן: חינוך הבנים והבנות. זיי האבן אינגאנצן אין א זייט געלייגט די קינדער, און רחמנא ליצלן איז גארנישט געבליבן פון זיי."
"און היינט," האט דער ראש ישיבה געזאגט, "ווער איך נתרגש אז מ'האט געקענט נעמען אט דעם בנין, און דייקא דארט וואו זיי האבן פארפאסט, נוצט מען עס יעצט פאר א תלמוד תורה, פאר חינוך הבנים והבנות, קרוב צו זעקס הונדערט אידישע קינדער לערנען אין דעם בנין." האט דער ראש ישיבה געזאגט, און האט זייער שיין אנגעווינטשן פאר אלע משתתפים.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ, ווען די עלטערן האבן גענומען זייער חומש סעודה צדיק'ל מיט די קרוינען אויף די קעפ. עס איז געווען א דאפלטע רינג: אונטן די טאטעס, און אויף זייערע אקסלען האבן זיך אנגעכאפט די קינדערלעך מיט די קרוינען. עס איז ממש געווען זיס ווי צוקער.
דערנאך זענען די עלטערן און זיידעס אהיימגעגאנגען מלא שמחה, אז זיי האבן זוכה געווען אז זייער זון לערנט די הייליגע תורה.
בן חמש שנים למקרא