שיינער סיום אויף מסכת פאה תלמוד ירושלמי
יד כסלו תשע"ט 📝
דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען א שיינע סיום אויף מסכת פאה פון תלמוד ירושלמי, וואס ווערט פארגעלערנט טעגליך דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, יעדן אינדערפרי נאך א דף.
דער סיום איז פארגעקומען אין הויז פון מו"ה יעקב לעסער הי"ו, די משתתפים ביים שיעור זענען זיך צוזאמגעקומען צו א רייכע סעודת מלוה מלכה, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט צו האבן א שיעור תורה יעדן טאג, און די ספעציעלע מעלה פון לערנען תלמוד ירושלמי, וואס איז ווי א בחינה פון א מת מצוה, ווייניג אידן זענען עוסק אין דעם.
דערנאך האבן גערעדט עטליכע משתתפים, מען האט געזינגען זמירות, און אהיימגעגאנגען מיט פרישע כוחות אויפצושטיין דעם קומענדיגן אינדערפרי צייטליך, צו קענען מיטהאלטן דעם הערליכן שיעור.
מ'קען הערן דעם שיעור יעדן טאג אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין 1-212-444-9191
שישו ושמחו בשמחת התורה!
בילדער פונעם סיום