שיינער סיום הש"ס אין קעמפ
כג אב תשע"ז 📝
די וואך דינסטאג (פ'ראה) איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום פינפטן מאל. אזוי ווי ער האט זיך איינגעפירט די לעצטע פאר יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס, און ער קומט יעדעס יאר אין קעמפ צו מאכן דעם סיום.
א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה.
נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה, וואס ער האט אים געגעבן די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג אסאך גמרא, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער איז זוכה צו לערנען יעדן טאג.
נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, ווען ער האט זוכה געווען אין די לעצטע פיר יאר צו מאכן יעדעס יאר א סיום הש"ס, און דאס יאר האט ער צום פינפטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט און נעמען דאס פאר א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אויף אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה.
מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה.
כי הם חיינו ואורך ימינו!
צו זען די ווידיא דרוקט דא