שיינער סיום הש"ס אין קעמפ
יח אב תשע"ט 📝
נעכט זונטאג פרשת עקב איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, - ווי טייל האבן זיך אויסגעדרוקט "דער יערליכער סיום הש"ס" - ווי הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום זיבעטן מאל.
ר' יעקב משה האט זיך איינגעפירט שוין פאר עטליכע יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ארום ענדיגט ער גאנץ ש"ס יעדעס יאר, און דערנאך קומט ער יעדעס יאר ארויס אין קעמפ צו מאכן דעם סיום.
א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה.
נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט מיט גרויס התרגשות אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס געבט אים די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג זיינע פילע שיעורים אין חומש, משניות, גמרא.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, און האט זוכה געווען די לעצטע זיבן יאר צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט. נישט אז מען מוז דווקא נאכמאכן דאס צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, נאר דאס אז יעדער זאל זען גוט אויסצונוצן די צייט און לערנען וואס און וופיל וויפיל ער קען. "דאס ווייזט אונז ר' יעקב משה" - האט דער ראש ישיבה געזאגט - "כאטש דו ביזט פאריאגט און פארפלאגט און דו קענסט רואיג האבן גוטע תירוצים און דו האסט נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אונז אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה."
אזוי אויך זעט מען ווי ברא מזכא אבא, ווען פאר אכט יאר צוריק איז ר' יעקב משה'ס זון ר' אשר בער אריינגעקומען אין ישיבה און האט זיך געזעצט לערנען פלייסיג און האט ביז א קורצע צייט זוכה געווען און געענדיגט ש"ס, פון דעם האט ר' יעקב משה אויך באקומען די התעוררות, און געטראכט "למה נגרע", און האט טאקע זינט דאן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס נישט איין מאל, נאר זיבן מאל.
נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, וואס האט געזאגט שיינע פערל ווערטער און געדאנקען צום דעם געהויבענעם מאמאנט וואס זיין חשוב'ן איידעם איז זוכה נאכאמאל צו מסיים זיין ש"ס.
מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה.
כי הם חיינו ואורך ימינו!
בילדער פונעם סיום
נ.ב. דער שיעור וועט אי"ה ווערן ארויפגעלייגט היינט נאכמיטאג, ואתכם הסליחה