סיום מסכת שבועות אין בלומינג גראוו
א שבט תשע"ח 📝
יעדע נאכט אום 8:45 קומען זיך צוזאם אנ"ש אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, וואו הר"ר בערל לעווי שליט"א לערנט פאר א שיינער שיעור אין א דף גמרא. נעכטן דינסטאג האט מען בעז"ה געענדיגט מסכת שבועות, האט מען נאכן שיעור געפראוועט א שיינער סיום, ווי מען האט זיך געפרייט מיט דעם וואס מען האט געענדיגט נאך א מסכת.
מען האט זיך מחזק געווען מיט די דיבורים פון רבין, מען האט גערעדט דאס וואס מען האט שטענדיג געהערן פון מוהרא"ש ז"ל אז ווען א איד איז דבוק אין אייבערשטן, ער געדענקט אז אלעס ווערט געפירט פון אייבערשטן, קען מען אנגיין מיט א שטארקייט מען האט נישט מורא פון קיינעם, און מען קען אנגיין טראץ אלע דאגות און איבערגייעכצער וואס א מענטש גייט דורך.
בילדער פונעם סיום