אין אלע שולן פון היכל הקודש ברסלב זענען די ערשטע טעג יום טוב אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און שמחה, מען האט מקיים געווען די מצוות היום סוכה און ד' מינים, און שמחת החג.
אין וויליאמסבורג איז דורך א שיינע יום טוב, עס איז אויפגעשטעלט געווארן א שיינער גרויסער סוכה אינעם אויף קעגן איבערן בית המדרש, דורך אליעזר שמן און שלמה ראטה. דער ערשטער נאכט איז צוגעגאנגען צו מערבית הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א, נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט רקידה וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן. דער צווייטער נאכט האט דער גבאי פונם ביהמ"ד, הרה"ח ר' העניך אינידיג שליט"א געדאווענט מעריב.
צו די שחרית און הלל ביידע טעג איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען, וואס האט אראפגעלייגט א ווארימע דאווענען. ביי די הושענות האט דער ראש ישיבה שליט"א גאר שטארק איינגעריסן פאר ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און האט קוים געקענט קומען צום ווארט פון גרויס בכיות.
דער ערשטער טאג יום טוב נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער קידושא רבה לרגל דאס געבורט פון א קינד ביי הרה"ח ר' מרדכי היימליך נ"י, ווי מ'האט געזינגען פרייליכע ניגונים.
פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל שניטצלער שליט"א צו פארלערנען דעם טעגליכן שיעור אין גמרא, און דעם צווייטן טאג איז מכובד געווארן פארצולערנען הרה"ח ר' יעקב לעססער שליט"א. דער עולם האט זיך צוגעהערן צום שיעור מיט גרויס פארגעניגן.
 
ושמחת בחגך והיית אך שמח