שיינער שבת קודש מיט'ן ראש ישיבה
יט כסלו תשפ"ג 📝
דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת ויצא האבן די איינוואוינער אין קרית ברסלב ליבערטי, מיט נאך פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת, געהאט די זכי' מיטצוהאלטן גאר א שיינעם שבת קודש אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. א גאנץ שבת האט דער ראש ישיבה גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן.
שבת קודש האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אויפן שטעטל "דא איז א ריינע פלאץ, פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה דא צו זיין."
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין וויליאמסבורג - און כאטש דער ראש ישיבה און זיין גאנצע משפחה וויל דארט בלייבן, מוז ער צוריק פארן אין שטאט ביז ווילאנג דער אייבישטער וועט העלפן מען וועט טרעפן א גוטע פלאץ פאר די ישיבה אין שטעטל.
די תפלות און דרשות זענען פארגעקומען אינעם גרויסן בית המדרש אויף האשקי, פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה שליט"א געפירט א באטע ביי זיך אינדערהיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבער די שטאט, און מען האט גערעדט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.
דער ראש ישיבה האט דערציילט, וואס א מלמד דערציילט וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...
האט דער ראש ישיבה געזאגט דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער איז זייער שטרענג מיט זיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. ער זאגט שטענדיג זיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".
אויך זענען אנוועזענד געווען געסט וועלכע וואוינען נישט אין שטעטל, און זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. איינער איז שפעטער צוגעקומען צום ראש ישיבה און געפרעגט: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".
דער ראש ישיבה האט אים דערציילט: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".
דער ראש ישיבה האט געבעטן פון אנשי שלומינו אז זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - דארף מען זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", מען דארף רופן די קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז הערט זיך שרעקעדיג; אבער זאגט בלויז איבער וואס מוהרא"ש האט נאכגעזאגט בשם פריערדיגע צדיקים. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.
שבת אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען איז געווען דער קידוש און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר סיפורי מעשיות, און ארויסגענומען שיינע עצות והדרכות פאר'ן לעבן ברוחניות ובגשמיות, און אויך ביי שלש סעודות איז געווען גאר שיינע און וואמערע דברות קודש, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן.
השבת נועם הנשמות!