שיינער שידוך פון א תלמיד הישיבה
כה שבט תשע"ט 📝
גרויס שמחה און פרייד הערשט ביי די בחורים אין ישיבה, וואס פרייען זיך מיט די שמחה פון נאך א חבר וואס איז א חתן געווארן למזל טוב.
הבחור החשוב ישראל סאמעט ני"ו איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א. די שמחת ווארט/לחיים/תנאים איז פארגעקומען די וואך מיטוואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק.
דער חשובער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע גרויסע פעולות אין הפצה, אויסער זיין התמדת התורה און מדות טובות, איז ער גאר שטארק אריינגעטון אין הפצה אויף פארשידענע אופנים, צו פארשפרייטן די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן איבער די גאנצע וועלט, אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים. און ספעציעל העלפט ער ארויס גאר אסאך פאר די "חיזוק יומי המתורגם", איבערצוטיישטן די חיזוק און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף פילע שפראכן, אז זיי זאלן קענען אנקומען צו יעדן איינעם אן אויסנאם.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, אז דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת, מיט אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות.
שמח תשמח רעים האהובים!
לחיים אין ישיבה
תנאים אין ביהמ"ד היכל הקודש ב"פ
קליפ: דער ראש ישיבה שליט"א ליינט פאר דער תנאים