ווען עס קומט דער הייליגער טאג יום הקודש דארפן אסאך מענשט חיזוק וויאזוי עס אנצוקוקן, מען מאכט עפעס א גזירה שוה יום כיפור מיט תשעה באב מען פאסט מען טוט נישט אן קיין שיך, מען טאר זיך נישט וואשן, קען חלילה אויסזען כאילו יום כיפור איז א טרויער טאג א שרעקעדיגע טאג, א טאג פון קלאגן חס ושלום.
 
חז"ל זאגן אין מסכת תענית "עס איז נישטא קיין גרעסערע ימים טובים ביי אידן ווי חמשה עשר באב און יום הכיפורים", פארוואס? ווייל יום כיפור איז א טאג פון רחמים, א טאג וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן מיר זאלן ווערן ריין, א טאג וואס מען רייניגט זיך אפ מען וואשט זיך אפ פון אלע פלעקן פון אונזער נשמה.
 
אויך דער דער יום טוב סוכות איז דא א טעות ביי מענטשן כאילו דער אייבישטער וויל אונז עפעס שטראפן דערמיט, מען נעמט עס אן אנגעצויגן און מען מיינט אז מען מוז האבן א שענערע אתרוג ווי דער שכן, מען ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די ווייב און קינדער אין די לאנגע ימים טובים טעג, מען זוכט וויאזוי מען קען ווערן פרייליך, עס שטייט דאך "ושמחת בחגך" זוכט מען צו פארן צו די לבנה אפשר דארט וועל איך ווערן פרייליך, מען זוכט די שמחה מיט לעכט. דער אמת איז אז שמחה קען מען נאר דערגרייכן ווען מען לעבט מיט די תורה, מען געט גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מען לערנט אביסל תורה, און מען רעדט אפאר דיבורים צום אייבערשטן.
 
צום פרייד פון אנשי שלומינו, איז געקומען היינט די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף געבן א שמועס היינט מאנטאג נאכט וויאזוי זיך צוצוגרייטן צום הייליגן טאג יום הקדוש, און דאנערשטאג נאכט א טאג נאך יום הקדוש וועט בעז"ה פארקומען א שיעור איבער וויאזוי מען קען אויסנוצן די הייליגע טעג פונעם הייליגן יום טוב סוכות הבא עלינו לטובה.
 
דער שיעורים וועלן פארקומען אין וויליאמסבורג אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 אווענט. אזוי אויך וועט קענען מיטהאלטן דעם לייוו הוקאפ ביי אלע ברסלבע שולן אין אלע שטעט.
 
כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו