שיעור כללי דורכ'ן דיין שליט"א זונטאג אין מאנסי
ד שבט תשפ"ג 📝
אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע אידישע קהלות, וועט מען אויסצונוצן די שובבי"ם טעג איבערצו'חזר'ן די וויכטיגע הלכות טהרה, די הלכות וואס זענען זייער נויטיג פאר אן ערליכע אידישע שטוב, וועט דעם קומענדיגן זונטאג בשלח פארקומען א שיעור כללי פון הלכות טהרה דורכן חשובן דיין פון קרית ברסלב הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי דער דיין שליט"א וועט מיט א קלארקייט ערקלערן די אלע וויכטיגע הלכות.
דער שיעור וועט פארקומען אינעם נייעם נארוואס געעפענטער בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין ספרינג וואלי, אויף 34 יוניאן רד. אום 9:00 אוונעט.
שובו בנים שובבי"ם!