אנשי שלומינו אין ספּרינג וואַלי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די בשורה טובה, אז די וואך דאנערשטאג נאכט וועט דער בארימטער שיעור ליל שישי פאר די אינגעלייט פארקומען ביי זיי אין בית המדרש, און צוזאמען מיט דעם וועט אויך פארקומען א סעודת מצוה לכבוד די סיום וואס אנשי שלומינו פראווען די טעג ווען מען איז זוכה צו ענדיגן די ערשטע מסכת אין תלמוד ירושלמי מסכת ברכות.
 
דער בית המדרש היכל הקודש אין ספרינג וואלי געפינט זיך אין צענטער פון שטאט און גייט שוין אן מיטן גאנצן שטארקייט, אומצאליג שעות תורה, תפלה, חסד, אמונה, חיזוק, און שיחות חברים קומט ארויס פון דעם פלאץ.
 
יעצט וועט דער ראש ישיבה קומען אויף די איינלאדענונג פון די גבאים קיין ספרינג וואלי ווי ער וועט מחזק זיין אנשי שלומינו.
 
דער שיעור וועט פארקומען אי"ה דאנערשטאג נאכט אום 9:00 אין נייעם בית המדרש אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי.