שיעורים אין ירושלמי ווערן אויפגעכאפט אויף ווידיא
כ חשון תשפ"ג 📝
הונדערטער אידן זענען זיך מחיה יעדן טאג מיט די פילע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, אנגעהויבן מיט די באקאנטע חיזוק שיעורים פאר די בחורים, וואס איז שוין היינט דא קרוב צו צוויי טויזנט אפגעכאפטע שיעורים אויף ווידיא, דערנאך מיט די בארימטע שיעור ליל שישי פאר אינגעלייט, וואס איז שוין אנגעהויפענט נאך עטליכע הונדערט רעקארדירטע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך די פרויען מחיה מיט די בערך הונדערט שיעורים פאר פרויען, די וואס פארשטייען נאר לשון הקודש דערקוויקן זיך מיט די בערך פופציג שיעורים אין די ארכיוון פון שיעורים אויף לשון הקודש, די ענגליש רעדנדע שלונגען מיט דורשט די קרוב צו פופציג ענגלישע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך פילע מחיה מיט די בערך דרייסיג דרשות וואס איז אפגעכאפט פון פארשידענע געלעגענהייטן, מיט די עטליכע הונדערט שיעורים אין משניות, מעשה'לעך פאר קינדער, שיעורים אין חינוך, שיעורים אין שיר השירים, און קנאפע טויזנט שיעורים אין גמרא בבלי אנגעהויבן פון מסכת ברכות ביזן יעצטיגן דף אין מסכת נדרים, וואס דאס אלעס איז אפגעכאפט געווארן מיט א קלארע ווידיא קאמערע וואס מען קען אייביג איבערהערן אויף די "אוצרות ברסלב דראפ באקס".
יעצט האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז לכבוד די אנהייב פונעם מחזור ירושלמי פון היינט מאנטאג וירא, וועט מען אנהייבן אויפצוכאפן די שיעורים אויף ירושלמי, וואס וועט בארייכערן אלע צוהערערס, ווען מען וועט קענען הערן די הייליגע ווערטער פון חז"ל מיט די הקדמות פון הייליגין רבי'ן וואס ווארפט א פרישע ליכט אין די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים, ווען מען שפריט ווי זיי רעדן צו מיר און געבן מיר א וועג צו קענען לעבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
די שיעורים זענען קורץ און שארף, און נעמט נישט מער פון בערך צען-פופצן מינוט א טאג, אבער מיט דעם אלעם איז עס קלאר און געשמאק אראפגעלייגט אז אפילו א מענטש וואס איז פאריאגט און פארפלאגט און האט נישט די קאפ אויפן פלאץ זאל אויך קענען פארשטיין און מיטהאלטן די הייליגע ווערטער פון חז"ל.
יעצט ביי דעם געלעגעהיינט איז דער ריכטיגער צייט זיך מיטצוכאפן מיטן שיעור, און אי"ה אין בערך פיר יאר ארום קענען זינגען מיט פרייד "הדרן עלך תלמוד ירושלמי, ודעתן עלך תלמוד ירושלמי".
די שיעורים אין ירושלמי אויף "אוצרות ברסלב דראַפּ-באַקס"