כלל ישראל איז אויפגעשוידערט און צוטרייסעלט פונעם שרעקליכן איבערפאל פון צוויי ברוטאלע רוצחים וואס זענען איבערגעפאלן דעם כשרן גראסערי אינעם נייעם אידישן געגענט אין גרינוויל, דזשערסי סיטי, ווי זיי האבן מיט די גרעסטע אכזריות געמארדעט יעדן איד וואס זיי האבן נאר געקענט. בשעת'ן גרויסן הסתר פנים, ווען דאס אידיש פאלק האט ליידער מקריב געווען צוויי טייערע הייליגע קרבנות, וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם דורך די צוויי אנטיסעמיטן השם ינקום דמם, האט מען אויך געזען די גרויסע חסדים פון אייבערשטן וואס געראטעוועט און אפגעהיטן אלע אידן פון בית המדרש, און די פילע צאן קדשים פון חדר וואס איז אויך דארט אינעם זעלבן פלאץ.
אזוי אויך א טייערע אינגערמאן מאנשי שלומי ר' דוד לאקס הי"ו, וואס האט נארוואס זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, וואס תורה מגיני ומצלי, איז בשעת מעשה געווען אינעם גראסערי וואס איז איבערגעפאלן געווארן, איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון די רוצחים בדרך נס.
ר' דוד הי"ו איז תולה דעם נס אויף דעם וואס ער האט געהאט אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן דערויף "איך זאג צו ווער עס וועט טראגן דעם קמיע וועט ווערן באהיטן פון אלע טעראריסטן און משחיתים, און מחלות וחולאים רעים וואס זענען ליידער זייער מצוי היינט".
ווי ר' דוד פארציילט עס מיט זיינע אייגענע ווערטער: "איך בין אריין אין גראסערי, אינמיטן אנגרייטן עסן זענען געקומען צו פליען 3 קוילן, איך האב מיך תיכף אראפ געבויגן און זיך באהאלטן אונטערן פרידזשידער צו באשיצן, עס האט אויסגעזען אז עס איז פארטיג, האב איך מיך אויפגעשטעלט, ווי נאר איך האב מיך אויפגעשטעלט, האבן אריינגעשטורעמט צוויי גויים אנגעטון אין שווארץ, איינער איז געשטאנען אויסגעשטרעקט מיט זיין גרויסן ביקס קעגן איבער מיך, און ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן די קוראדזש, איך האב אוועקגעשטיפט איר הענט מיטן ביקס, און ארויסגעלאפן פון גראסערי, אויפן וועג האב איך געטראפן א קליין אידיש אינגל וואס איז געווען אויפן גאס, האב איך אים שנעל אריינגעשלעפט אינעוויינג אין א הויז. שכוח אייבישטער פאר מיין לעבן, דער אייבירשטער איז זייער גוט צו מיר, און בין גאנץ און געזונט, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר, און ב"ה איך בין געראטעוועט געווארן",
דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן ביים שיעור גערעדט פונעם גרויסן נס וואס ר' דוד האט געהאט, און געזאגט אז "ווען דו גייסט ארויס פון שטוב, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן ביים מזוזה, 'הייליגער באשעפער, ברענג מיך צוריק אהיים בשלום'. א מענטש ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט אים היינט. איינע פון די אינגעלייט, דודי, ער איז געווען אין געשעפט, דער גוי האט אים אויסגעשטרעקט דעם גאן, א מלאך איז געקומען, א מענטש קען דאס נישט טון, ער האט געגעבן א קלאפ דעם גוי מיטן הענט און ארויסגעגאנגען. א מענטש ווייסט וואס גייט זיין מיט אים? מוהרא"ש האט געזאגט 'יעדעס מאל א מענטש גייט ארויס פון שטוב, לייג ארויף די הענט אויף די מזוזה, מאך מיט די ליפן 'באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים בשלום''. "קומענדיגע יאר ווען דו וועסט זיין אין אומאן און דו וועסט זאגן "מי יחי' ומי ימות", וועט זיך עס שוין אנדערש זאגן" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
 
צו הערן דעם חיזוק יומי ווי דער ראש ישיבה רעדט פון דעם דרוקט דא
 
צו הערן דעם גאנצן שיעור דרוקט דא