נאך כמעט צוויי וואכן פון מלחמה, האט פרעזידענט טראמפ אויסגערופן אז פייער שטילשטאנד אפמאך איז דערגרייכט געווארן צווישן די קריגערישע צדדים, און עס איז ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן רואיגקייט אינעם געגענט, די געשעפטן עפענען זיך צוריק אויף, פליגערס הייבן זיך שוין פונעם לופטפעלד, און שמחות און גרעסערע פארזאמלונגען קענען שוין ווידער פארקומען ברוב עם.
 
דוראויס דעם קריג זענען געפלויגן טויזנטער מיסלס און באמבעס צווישן די לענדער אינעם מיטל מזרח, די לופט פארטיידיגונס האבן געארבעט אווער טיים און אראפ געשאסן א גרויס חלק דערפון ב"ה, אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט זייערע פליגערס און באמבעס וואס נאר זיי פארמאגן צו צושטערן איראנ'ס נוקלעארע חלומות.
 
דורכאויס די כאאטישע צוועלף טעג האט איראן געליטן גאר גרויסע שאדנס צו אירע מיליטערישע עקוויפמענט, זייערע פליגער און פארטיידיגונגס מיטלען אויף וואס זיי ארבעטן שוין פערציג יאר, ליגט יעצט פארברענט אין אש, און לויט באריכטן האבן זיי שוין זייער ווייניג פון זייערע באמבעס איבערגעבליבן.
 
יעצט האט זיך שוין די מלחמה געענדיגט ב"ה, און די מצב איז צוריק רואיג, אבער מיט וואס זענען מיר געבליבן?
 
פילע געביידעס פארניכטעט, הונדערטע מענטשן - צווישן זיי עטליכע אידן זענען מער נישט ביים לעבן, פילע מענטשן האבן דערלייגט זייערע הייזער האב און גוטס. איראן ווערט געשאצט צו האבן שאדנס פון הונדערעטער ביליאנען דאלער, מדינת ישראל האט געצאלט עטליכע ביליאן דאלער אינעם געשעפט, און אמעריקע האט אויך ארייגעטשיפט אזוי נישט מיר נישט דיר, אן ערך פון א פערטל ביליאן דאלער.
 
אויסער פארניכטונג און טויט האט די מלחמה גארנישט געברענגט, ווייל אין א מלחמה, אין א מחלוקת פארלירט יעדער.
 
די קונץ איז נישט ארויסצוקומען א זיגער, די קונץ איז וויאזוי צו זיין קלוג, און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת, ווייל די פייער פון מחלוקת פארברענט אלעס.
 
דו מעגסט זיין גערעכט, דו מעגסט זיין זיגער, אבער בעסער צו זיין קלוג. וואס איז ענדערש, געבן יענעם גערעכט און לעבן א חיים טובים, אדער אומקומען על מזבח הצדק, און מען זאל קענען שרייבן אויפן מצבה "פה נטמן איש צדק"...
 
לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן קוקן מיט רחמנות איינע אויפן צווייטן, און נישט קוקן מיט קנאה און שנאה, אפילו יענער בא'עוול'ט מיר אמת'דיג, און עס קומט אים, און איך קען אים געבן מנה אחת אפים, לאמיר געדענקען "מענה רך ישיב חמה", אויב דו וועסט קוקן אויף יענעם מיט א רחמנות'דיגע בליק, וועסטו פארשטיין אז יענער שרייעט בכלל נישט אויף דיר, יענער איז נעבעך צובראכן פון זיינע צרות, און דו שטייסט פונקט נעבן אים.
 
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבתיה שלום