שאלה: א אינטערעסאנטע זאך האט זיך אפגעשפילט די וואך. מיין פינף-יעריגער אינגל האט זיך געשפילט אין זיין קלאס-צימער מיט אן אלטע הויז-שליסל. פלוצלינג האט ער זיך געטראפן פארשפארט אין כיתה, און זיין רבי האט געמוזט אריינשיקן דעם שליסל דורכ'ן פענסטער כדי עס אויפצושליסן.
 
איך וויל פארשטיין ווי אזוי ארבעט אייגנטליך א שליסל? און וויאזוי קען איין שליסל צומאל עפענען א טיר צו וואס עס געהערט נישט?
 
ישר כח פאר די הערליכע ארטיקלען, פול מיט ידיעות און אן אוצר פון יראת שמים.
 
יואליש קרויס, ביתר
 
ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' יואליש פאר דיין שיינע שאלה, וואס איז אייגנטליך א שאלת חכם, וואס איז שוין א חצי תשובה. א שליסל ארבעט אויף א פשוט'ן אופן. אינעווייניג אין יעדן שלאס זענען דא קליינע מעטאלענע פינס וואס רוקן זיך אריין אדער ארויס ווען מען לייגט אריין דעם שליסל. יעדער שליסל האט א ספעציעלע אייגנארטיגע פארעם - אזעלכע "בערג" און "טאלן" צוגעפאסט צו דעם פונקטליכן וועג צו וואס דער ספעציפישער שלאס וועט זיך עפענען. און ווען אלע פינס שטעלן זיך אויס פונקטליך, קען זיך דער צילינדער פונעם שלאס דרייען, און די טיר עפנט זיך.
 
אמאל קען פאסירן אז א שליסל וואס געהערט נישט צו דעם שלאס, וועט עפענען דעם פארשפארטן שלאס. בדרך כלל וועט עס זיין אויב די שלאס-פארעם איז צופעליג זייער ענליך צו דעם שליסל, בפרט אויב דער שלאס איז אלט אדער אפגעניצט.
 
עס האט אמאל פאסירט אין די צייט פון הייליגן רבי נתן, אז א מגיד - נישט פון די תלמידי הבעל שם טוב - איז געקומען זאגן א דרשה אין שטעטל. צוויי תלמידים פון הייליגן רבי נתן זענען דארט אנוועזענד געווען, און דער מגיד, ווי דער שטייגער ביי די מגידים אין יענער צייט, האט פרובירט צו מעורר זיין און האט אראפגעברענגט כל מיני גהינומ'ס. ער האט געווארפן א גרינעם גהינום, א געלן גהינום, אבער עס האט נישט גענוצט. די צוויי תלמידים פון רבי נתן זענען נישט געווארן באנומען. זיי זענען געבליבן פרייליך און די דרשת התעוררות האט זיי נישט גערירט.
 
דעם מגיד האט עס זייער פארדראסן. פארוואס זענען די צוויי חסידים ווייטער פרייליך, מען קען זיי נישט ברענגען צו ווערן ערנסט. האט ער זיי געזאגט א מעשה מיט א בלאזער. אין יענע צייט פלעגט מען נוצן צו קאכן, באקן און הייצן אויווענס וואס האבן געארבעט מיט האלץ. ווען די פייער לעשט זיך אויס, בלייבן נאך איבער גאר הייסע פונקען טיף אינעווייניג, און ווען מען האט געוואלט אז דער אויוון זאל ווייטער ברענען, האט מען געברענגט פרישע האלץ און מען האט געבלאזן מיט א בלאזער אויף די קוילן, און די פייער האט פריש אויפגעפלאמט און אנגעצונדן די פרישע האלץ.
 
"וויאזוי ארבעט א בלאזער?" - האט דער מגיד זיי געזאגט - "עס בלאזט אראפ די אש פון אויבן, און די פינקען וואס ברענען נאך פון אינעווייניג ווערן פריש אנגעצונדן. די ארבעט פון א מגיד" - האט ער ווייטער געשפינט זיינע רייד - "איז דאס: אפצובלאזן די אש און מעורר זיין די פונק פון טיף אין הארץ."
 
"דאס איז אבער נאר ווען עס איז נאך דא א פונק. ביי אייך" - האט ער געזאגט - "איז דער פונק שוין ליידער גענצליך פארלאשן, דערפאר קען מען אייך שוין נישט דערוועקן."

 
די ווערטער פונעם מגיד האבן זייער וויי געטון די צוויי תלמידים, און זיי האבן עס פארציילט פאר זייער רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן. דער הייליגער רבי נתן האט זיי געענטפערט: "דער מגיד איז טאקע גערעכט, אבער ער מאכט איין טעות. ער ווייסט נישט אז נישט יעדער קען בלאזן יעדעם. דער מגיד איז אפשר א בלאזער, ער איז אבער נישט מיין בלאזער. יעדער איד דארף בעטן דעם אויבערשטן ער זאל טרעפן דעם צדיק וואס האט דעם שליסל צו עפענען זיין הארץ, דער וואס קען אים אויפפלאמען צום אויבערשטן. ער זאל טרעפן אן ערליכן איד וואס מאכט אים לערנען און דאווענען."