דעם פארגאנגענעם חודש אב זענען פילע אנשי שלומינו געגאנגען מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אברהם הערש אינדיג שליט"א, מחשובי מתפללי בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל, וועלכער איז געזעסן שבעה נאך זיין חשוב'ן פאטער הרה"ח ר' מנחם מענדל ב"ר דוב ז"ל, וואס איז נפטר געווארן ערב תשעה באב.
 
ר' אברהם הערש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס מיר אלע קענען זיך אסאך לערנען דערפון. ר' מענדל אינדיג ז"ל האט געוואוינט אין די שטאט באניא, דארט וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט; ער האט דארט חתונה געהאט און איז אויך געווארן אן איידעם אין די זעלבע שטאט, באניא.
 
נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן זוכן א שטעלע פאר פרנסה. מ'האט אים דעמאלט אנגעטראגן אז מ'זוכט א חזן אין די שטאט קארלסבורג – אינעם גרויסן שול אין קארלסבורג, דארט וואו דער "מראה יחזקאל" פלעגט דאווענען, האט מען געזוכט א בעל תפילה. ער איז אהינגעפארן זיך אויספרובירן, און זיין דאווענען האט זייער אויסגענומען ביי די עולם. זיי זענען טאקע געווען גרייט צו שליסן א קאנטראקט מיט אים ער זאל קומען דאווענען יעדן שבת מברכים אין קארלסבורג. אבער היות ער האט געוואוינט אין באניא, וואלט דאס באדייט אז ער וועט דארפן פעלן פון שטוב יעדע פיר וואכן.
 
ער איז אריין אל הקודש פנימה צו זיין רבי'ן און זיך דורכגערעדט די שאלה וואס ער זאל טוהן: צי זאל ער פארן און קומען יעדע פאר וואכן, און זיין אוועק פון אינדערהיים? האט דער רבי אים געזאגט: "דאס איז נישט קיין עסק. חלילה, א מאן דארף זיין אינדערהיים מיט זיין ווייב און די קינדער. אבער אז דו האסט דארט א שטעלע, איז כדאי דו זאלסט זיך אהינציען וואוינען."
 
ער איז אהיימגעקומען און עס איבערגעשמועסט מיט זיין אשת חיל. פאר איר איז עס געווען גאר שווער, היות אירע עלטערן האבן געוואוינט אין באניא, אבער זי איז געווען אן אשה כשרה העושה רצון בעלה. נאכ'ן אנפרעגן ביי ערליכע אידן, האבן זיי באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין קארלסבורג. זיי האבן זיך טאקע אריבערגעצויגן, כאטש עס איז געווען גאר שווער. קוים פיר וואכן שפעטער האט מען געהערט אז די דייטשן זענען אריינגעקומען אין באניא. ליידער איז גארנישט איבערגעבליבן, קיין שריד ופליט פון די גאנצע שטאט, וואס איז געווען אן עיר ואם בישראל. זיי זענען ניצול געווארן בלויז בזכות דעם וואס זיי האבן געפאלגט ערליכע אידן, פאר'ן נישט איבערלאזן די שטוב, און פאר'ן גיין אינאיינעם מיט די משפחה און פאלגן די צדיקים.
 
אנשי שלומינו זענען ארויס גאר איבערגענומען הערנדיג דעם שיינעם סיפור. זיין זכות זאל אונז מגין זיין מיר זאלן קענען גיין אין זיינע וועגן, צו פאלגן ערליכע אידן און נישט פארלאזן די שטוב, און אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס.
 
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.