שמאלע בריק אין שטעטל וועט ווערן איבערגעמאכט
ה אייר תשפ"ג 📝
אין גוטע נייעס ווערט געמאלדן אז די שטאט האט באשלאסן צו בויען א נייע ברייטע בריק אויף דענמען ראוד וואס וועט קומען אויפן פלאץ פונעם יעצטיג שמאלן אלטן בריק. דער בריק מאכט שוין לאנג קאפוויי פאר פילע רייזענדע טאג טעגליך. זייער אפט דארף מען ווארטן ביים בריק און מען קען נישט דורכפארן ביז דער אנדערער פונעם פארקערטן ריכטונג פארט דורך. יעצט וועט עס מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארראכטן ווערן.
די אנגייענדע בוי ארבעט וועט לכאורה אנמאכן צייטווייליגע אומבאקוועמליכייטן, צוליב וואס דער ראד וועט זיין גענצליך פארשלאסן פאר עטליכע חדשים. מען וועט זיך דארפן אנגארטלען מיט געדולד, און בעטן דעם אייבערשטן אז די ארבעט זאל וואס שנעלער פארטיג ווערן, און מען זאל שוין קענען נוצן דעם נייעם ברייטן בריק וואס וועט בעז"ה זיין גענוג ברייט פאר קארס פון ביידע ריכטונגען דורכצופארן אויף איינמאל.
כל העולם כולו גשר צר מאוד