נאך אן ארבעט פון בערך פינף חדשים, איז מען פרייליך צו מעלדן אז דער שמאלער בריקל ביי גארדען האוז (קאונטי בריק 261) האט מען גענצליך ערזעצט, און אנשטאט דער שמאלער שוואכער בריק וואס האט נישט געקענט פארנעמען מער פון איין ליניע, און האט נישט געקענט האלטן מער פון אכט טאן, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער קאונטי האט דארט אויפגעבויעט א ברייטע שטארקע בריק וואס וועט קענען טראגן טראקס, באסעס, און קארס אויף ביידע ליניעס.
 
דאס קומט אין א צייט וואס דער קאונטי האט באשלאסן איבערצובויען די אלע אלטע שוואכע בריקן אין געגענט, ווען ציערשט האט מען פאריאר געטוןדי זעלבע זאך מיט'ן אנדערן בריק אינעם שטעטל ביי דענמען רד. (קאונטי בריק 272) וואס האט זיך געצויגן פאר זעקס חדשים.
 
די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד האט פאראורזאכט צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד האט מען געדארפט פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, אבער מען האט זיך אנגעגארטלט מיט געדולד, און מיט תפילות צום אויבערשטן אייבערשטן איז דער בריק פארטיג געווארן אין צייט, און יעצט קען מען שוין דארט פאר באקוועם און געשמאק.
 
לויטן סקעדזשול האט זיך עס געדארפט עפענען מאנטאג וישלח, למעשה האט זיך עס אפגעשטיפט אויף דינסטאג, עס איז מערקוורידיג דער מעסעדזש וואס דער אינדשעניר האט געשיקט פאר'ן געטרייען חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, ווי ער האט זיך אנטשוליגט אז צוליב די רעגן שנייען האט מען עטוואס געשפעטיגט מיט'ן עפענען, און ער האט צוגעעדיגט דעם מעסעדזש אז דער נייער בריק "וועט זיך האלטן לענגער פון אונז".
 
אבער וואס פארשטייט א גוי? אויב גלייבט מען נאר אין איין וועלט, האלט זיך דער בריק לענגער, אבער מיר ווייסן אז דער וועלט איז נאר א פרוזדור, און אונזער נשמה איז א נצחי. דער רבי האט געזאגט אז דער וועלט איז געגליכן צו א שמאלע בריק, און דער עיקר מען זאל נישט מורא האבן, מוהרא"ש פלעגט זאגן, אז וואס איז די עצה מען זאל נישט מורא האבן, מען זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן, וואס איז דער צוים מען זאל נישט מורא האבן, אמונה און שמחה, אויב נעמט מען מיט מיט זיך די צוויי זאכן דארף מען נישט מורא האבן און מען קען דורכשפאצירן דעם שמאלסטן בריק.