שמחה משולשת: שבע ברכות, חנוכת הבית, סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
ה חשון תשפ"ב 📝
נעכטן אווענט זענען זיך פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און ארום זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי עס איז פארגעקומען א שיינע מסיבה, וואס האט כולל געווען דריי גרויסע שמחות, צום ערשטן האט עס געדינט אלץ "שבע ברכות" פאר'ן חתן אשר נ"י פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון הר"ר משה קרויס שליט"א פון חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, וואס איז געווארן אן איידעם ביי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן, וואס האט חתונה געהאט די וואך אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג; דערנאך איז דאס געווען די שמחה פון חנוכת הבית המדרש נאכדעם וואס מען האט שטארק פארגרעסערט און פארשענערט דעם בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו; אין די זעלבע צייט האט מען געפראוועט דעם סיום מסכת ביצה, וואס מען האט יעצט געענדיגט ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טאג טעגליך אין בית המדרש אין א דף גמרא, דורכ'ן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א.
א שיינע ציבור האט זיך פארזאמעלט אין בית המדרש לכבוד דעם געלעגענהייט מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה שליט"א וואס איז געקומען צו פארן האט אויפגעטרעטן מיט גאר א שיינעם שיעור, און פארציילט פילע אינטערעסאנטע עפיזאדן, און שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, די גרויסקייט פונעם "סדר דרך הלימוד", דאס איז "זאגן" די הייליגע ווערטער פון די גמרא אפילו מען פארשטייט נישט. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל יעצט אנהייבן די נייע מסכת ראש השנה און לערנען יעדן טאג א בלאט, און געזאגט "זייט נישט משלים קיין בלעטער! נעם היינט די גמרא און לערן א בלאט גמרא!".
אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער שלום בית, און ארויסגעברעגנט אז אז עס איז נישט מעגליך צו האבן אמת'ן שלום בית, דאס הייסט אז דער מאן און די פרוי זאלן זיך באמת שעצן איינעם דעם צווייטן, און האבן א אמת'ע ליבשאפט איינע צום צווייטן, נאר ווען מען פאלגט נאך דעם צדיק, מען קען טרעפן אזעלכע וואס געוועלטיגן אין שטוב, דורך ארויפצווינגען אדער פארדרייען דעם קאפ פון דעם ווייב, און זי זאל נישט האבן קיין ברירה. אבער אויב זעט מען איינעם מיט אמת'ע שלום בית, איז עס נאר דורך א צדיק.
דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער, און מיט פרישע קבלות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און שעצן און רעדן שיין צו די ווייב.
📸 בילדער פונעם מסיבה
▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים מסיבה