א גרויס שמחה הערשט אין די טעג ווען עס זענען געשלאסן געווארן עטליכע שידוכים צווישן די תלמידי הישיבה.
פארגאנגענם דאנערשטאג העלל"ט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ חיים ישעי נ"י בן המפיץ הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון קענווי איילאנד, ענגלאנד מיט הכלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א.
נעכטן דינסטאג מיטאג איז געשלאסן געווארן דער שידוך צווישן החתן המפיץ שלום יוסף נ"י בן המפיץ הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א מיט הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל הישיבה.
נעכט ביינאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ יעקב הלל נ"י בן המפיץ הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס קט. בן הר"ר אברהם חיים פארקאש שליט"א, מיט הכלה בת הר"ר ישראל מאיר הרוויץ שליט"א פון בארא פארק.
 
דער אייבישטער זאל העלפן זיי זאלן אלע אויפשטעלן שיינע אידישע שטובער, און האבן דורות ישרים ומבורכים.
 קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה
 
בילדער: שידוך דעפריס-שארף, דאנערשטאג ויחי
 
בילדער: תנאים דעפריס-שארף, ליל שישי ויחי
 
בילדער: שידוך ניישטיין-יאקאבאוויטש, דינסטאג שמות
 
בילדער: שידוך פארקאש-הורוויץ, דינסטאג שמות