שמחה'דיגע שטימונג ווען הבחור יחזקאל שרגא שארף נ"י איז געווארן א חתן
כו טבת תשפ 📝
מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה וואס איז געקומען זונטאג פון די הייליגע ישיבה מיט שידוך שליסן פון החתן יחזקאל בן ר' אלימלך שארף נ"י חתן הרה"צ ר' יצחק לעסער שליט"א עב"ג בת ר' עזרא בוים נ"י בן הרה"צ ר' דניאל שליט"א.
דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך.
אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה.
אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים