שמחות ביים ראש ישיבה - וואך נאכט מוצש"ק אין קעמפ, ברית זונטאג אין בארא פארק
ח תמוז תשע"ט 📝
אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא.
ווי עס זעט אויס וועט די ברית אי"ה פארקומען בזמנו. די וואכנאכט וועט אי"ה פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' חקת אין מחנה היכל הקודש ברסלב, 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.
די ברית וועט אי"ה פארקומען זונטאג פ' בלק, אין בארא פארק אין ביהמ"ד יראי ה' קארלסבורג, ביים גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, אויף 1556 53 סט.
שחרית וועט זיין אי"ה אום 8:30, און דער ברית אום 9:30. די זמנים וועלן בעז"ה זיין גאר פונקטליך.
פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (דאטירט ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל זיך גיין צו א ברית, ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית, איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב)