שמחת התורה ביי הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות ביים סיום מסכת עירובין מוצאי שבת תולדות תשפ"א
ז כסלו תשפ"א 📝
א ריזיגן ציבור פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען פייערן דעם גרויסן מאמענט פון מסיים זיין מסכת עירובין, און התחלת מסכת פסחים, פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, אין זאל פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג.
עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן דעם גרויסן שמחה וואס יעדער האט געשפירט אין הארץ וויסענדיג אז ברוך השם מען האט זוכה געווען אין די לעצטע הונדערט און פינף טעג צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, (וואס אין זיי איז אריינגערעכענט פילע פארנומענע ימים טובים טעג, שמחות, די "קאראנע טעג", און בפרט די שטורמישע ערב ראש השנה טעג זייענדיג פארוואגעלט פון איין עירפארט צום צווייטן) נישט אויסלאזן קיין איין טאג, און זיך נישט געלייגט שלאפן אן דעם דף גמרא.
א שיינע מלוה מלכה איז סערווירט געווארן לכבוד דעם מעמד, און ביי יעדעמ'ס פלאץ איז געווען א שיינע מתנה א "קריאת שמע שעל המיטה נוסח האריז"ל".
בשעת די מעמד איז געזונגען געווארן גאר שיינע ניגוגים דורך די קינדער פון די טאלאנטפולע "אידיש נחת" כאר, אנגעפירט ביי ר' משה קרויס, צוזאמען מיט די הערליכע "הלוים" כאר, אנגעפירט דורך ר' אברמי דאנציגער.
ר' משה קרויס מיט די "אידיש נחת" קינדער האבן סורפרייזט דעם ציבור מיט'ן פאכמאניש אראפזינגען א נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט איבער די חשיבות פון לימוד משניות (וואס וועט זיין אויף זיין נייעם סידי "אידיש נחת 4" וואס קומט בעזרת השם ארויס אין די נאנטע טעג).
אזוי אויך האט מען געהערט א שיינע אויפטריט פון זינגער און גראמער ר' חיים מאיר ערפס, וואס האט מיט קונצליכע גראמען אויפגעשפילט צוזאמען מיט א ילד הפלא די חשיבות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, וואס דורך דעם ווערט מען געראטעוועט פון אלעם.
הרב אלימלך שארף שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשה ווי ער האט ארויסגעברעגט אז מיר דארפן געדענען אז מיר זענען "ש"ס אידן", און דאס איז אונזער שטאלץ און דאס איז אינזער לעבן.
דערנאך האט מען געהערט א שיינע נייע ניגון וואס ר' יוסי גרין האט פארפאסט ספעציעל לכבוד דעם סיום, איבער די ווערטער פון די גמרא (יבמות קכ"א ע"א) "אמר רבן גמליאל, פעם אחת הייתי מהלך בספינה, וראיתי ספינה אחת שנשברה, והייתי מצטער על תלמיד חכם שבה ומנו רבי עקיבא, וכשעליתי ביבשה בא וישב ודן לפני בהלכה, אמרתי לו בני מי העלך, אמר לי דף של ספינה נזדמן לי וכל גל וגל שבא עלי נענעתי לו ראשי", ווי ער האט ארויסגעברענגט אז אויב מען כאפט זיך אן אינעם "דף גמרא" קען מען איבערקומען אלע שטורמעס און כוואליעס, פון וואס דער ציבור האט שטארק הנאה געהאט.
אויך האט מען געטיילט פלעקס פאר פארשידענע עסקנים און נדבנים וואס האבן ארויסגעהאלפן די הייליגע מוסדות, און האבן צוגעלייגט א פלייצע אז דער שיינער סיום זאל קענען אפגעראכטן ווערן מיט סוקסעס.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ווי מען זעט אז יעדער אינגערמאן האט א חלום תיכף נאך די חתונה צו האבן "אן אייגענע דירה", מען טראכט אז מען וויל נישט וואוינען אויף יענעמ'ס חסדים, "מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש א סגולה צו האבן אן אייגענע דירה, צו לערנען יעדן טאג א דף ב'בלי, א דף י'רושלמי, און א פרק ת'וספתא, וואס דאס איז ראשי תיבות בי"ת, און דאס וועט אונז געבן אויך א בית אויף יענע וועלט - א "בית נצחי".
דער ראש ישיבה האט אויך שטארק ארום גערעדט פונעם רבינס דרך הלימוד, (שיחות הר"ן שיחה ע"ו) "כי אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". דאס איז די גרויסע שמחה ביים דעם סיום, אז אלע האלטן מיט די דף גמרא, נישט נאר די איין פראצענט לומדים, די איין פראצענט גוטע קעפ, די איין פראצענט כולל אינגעלייט, דא זאגט יעדער איינער דעם דף גמרא, עלטערע אידן, מידל-עידזש, אינגעלייט, ארבייטער, כולל אינגעלייט, ארבייטער בחורים, ישיבה בחורים, און אפילו קינדער. דאס איז דעם רבינ'ס חידוש, ער גיט א וועג צו לערנען פאר יעדעם אין יעדן מצב. דו קענסט אויך קונה זיין די הייליגע תורה. דו קענסט אויך האבן א שייכות מיטן אייבערשטן. דו קענסט אויך האבן שלום בית.
נאך די מסיבה האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט א קליינע פסחים גמרא פאר אלע משתתפים צו קענען לערנען אין די קאר אדער אין אפיס.
בילדער פונעם סיום
ווידיאס פונעם סיום