שמחת התורה נעמט ארום אנשי שלומינו צום בעפארשטייענדע סיום פון חצי הש"ס
יד חשון תשפ"ד 📝
עס לאזט זיך שווער גלייבן אז מען האלט שוין דא אז מען דערנענטערט זיך מיט שענעלע טריט צום גרויסן סטאנציע פון ענדיגן האלב ש"ס.
מען טראכט צוריק ווען מען האט אנגעהויבן די גאנצע קהלה אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א ש"ס ביים גרויסן סיום הש"ס אין קראון פלאזא האטעל, און יעצט נאך א האראוואניע פון כמעט פיר יאר האלט מען שוין ביים גרויסן מאמענט אז מען צייכענט אפ דאס אומגלויבליכע ענדיגן האלב ש"ס. די אלע וואס זענען דאן געווען קלוג און האבן נישט געקוקט דערויף ווי אויף א בארג "גאנץ ש"ס? איך?" נאר האבן געפאלגט די עצה פון הייליגן רבין און גענומען די גמרא יעדן טאג פאר זיך, "היינט גיי איך לערנען א בלאט גמרא" קענען יעצט זאגן "הזורעים בדמעה ברנה יקצורו" און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט מען ענדיגן אין עטליכע יאר גאנץ ש"ס וואס וועט זיין אן אומבאשרייבליכע שמחה וואס מען קען נישט ערקלערן.
די אנדערע וואס האבן דאן שפעקולירט "מען האט יא געהאלטן דערפון?" אדער האבן געצווייפעלט "זאגן הייסט לערנען אדער יא?", קענען היינט אנהייבן זאגן יעדן טאג א בלאט גמרא, און אנשטאט זיין נאר אין מארק וועלן זיי פראווען דעם סיום הש"ס אין א האלב יאר פון יעצט.
דאס לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג איז א זאך וואס מוהרא"ש פלעגט מאנען פון אונז כסדר, און ער פלעגט זאגן אז גמרא איז ראשי תיבות גבריאל מיכאל רפאל אוריאל די פיר מלאכים וואס באגלייטן און היטן אפ דעם מענטש וואס לערנט גמרא. מוהרא"ש האט נישט סתם גערעדט פון גמרא, נאר האט געגעבן א זיסע עצה מען זאל עס קענען מקיים זיין. מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דעם סדר דרך הלימוד, וואס דער הייליגער רבי שרייבט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו אז "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד", און מוהרא"ש פלעגט עס אלץ אזוי שיין צולייגן וואס דער רבי שרייבט דארט, און פלעגט זאגן אז אדרבה פרובירט עס אויס וועט עטס נישט דארפן קיין שום ראויות ווי שיין מען איז מצליח מיטן סדר דרך הלימוד. דער מענטש וואס פאגלט דעם עצה באקומט אן אהבת התורה, ער הייבט אן צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, און ער וויל שוין לערנען נאך לימודים, און אזוי פלוצליג טרעפט ער זיך לערנען נאך פילע ספרים, תנ"ך, מדרשים, ספרי הלכה, ספרי מוסר, ספרי חסידות, שאלות ותשובות, און ער טראכט צו זיך וואס איז געשען צו אים, א מענטש וואס האט נישט געקענט עפענען א אידיש ספר, איינער צוליב די טראומע וואס זיינע מלמדים האבן אים געפייניגט ביי די גמרא, און איינער ווייל ער איז אביוזט געווארן פון חברים, אן אנדערער צוליב זיינע טרידות אין ביזנעס, און דער צוליב זיינע דאגות און פחדים. אבער אלע וואס האבן פרובירט די עצה דארפן שוין נישט קיין ראיות און קיין מקורות. זיי זעען קלאר אז זאגן הייסט לערנען.
יעצט ווען מען האלט ביים ענדיגן מסכת קידושין וואס איז האלב ש"ס און מען הייבט אן שבת קודש די ערשטע פון די דריי בבא'ס "בבא קמא דף ב'" וועלן אלע זיך מיטכאפן מיט דעם שיינעם מסכת, און נישט קיין חילוק אינג צו אלט, ארעם צו רייך, געזונט אדער ל"ע נישט וועלן אלע ארויפטאנצן אויפן באן פון ש"ס און זוכה זיין צו א צלם אלקים.