א גרויסע שמחה האט געהערשט נעכטן דאנערשטאג אווענט אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל שכונת עצי תמרים ווען עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן הילל ני"ו בן מוה"ר ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים הי"ו, מחשובי אנ"ש און גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב - פרעמישלאן.
בפרט איז געווען גרויס די שמחה ביי די מתפללים פון ביהמ"ד ווען ביידע מחותנים און דער חתן זענען לאנג יעריגע מתפללים אין דעם ביהמ"ד.
עס האבן זיך משתתף געווען א גרויסער ציבור אנ"ש, שכנים, ידידים און קרובים פון ביידע מחותנים, וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה. דער עולם האט זייער אויסגעלויבט ביידע מחותנים וואס האבן געהאט די שכל און בשעת'ן שליסן דעם שידוך האבן זיין שוין אויפגעליינט דעם תנאים, אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אלץ פארלאנגט, און מיט דעם זיך געשפארט ארויסווארפן איבעריגע אידיש געלט, צייט און טירחא.
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א איז געווארן מכובד מיט ליינען דעם התנאים. אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הגה"צ ר' יוסף פאנעט שליט"א, רב הצעיר דעעש קרית יואל.
דערנאך האט הרה"ג מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א א זיידע פון די כלה, אויפגעטערעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים.
דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים און אנגעווינטשן אלע גוטע ברכות פאר די מחותנים און חתן-כלה.
 
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים.