פאלגענד איז אן עפיזאד וואס איז ערשינען אינעם גליון "אן אוצר" פון דעם פסח תשע"ט. מיטן קעפל "לא נתנשי מנן".
"נישט לאנג צוריק איז א היימישע פרוי אראפגעפאלן פון א פערד און זי איז אריינגעפאלן אין א שווערע קאומא רח"ל. די נאמען פון די פרוי, מרת צארטל בת אסתר מלכה, איז שוין היינט שגור בפיו פון אסאך טייערע אידן, וועלכע זאגן תהלים און זענען מתפלל לרפואתה.
איר מאן האט געדאווענט אין בית-המדרש נעבן הבחור שמעון הכהן ענדצווייג ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן מיט בערך א צוויי וואכן צוריק נאך א לענגערע מחלה ל"ע. דער מאן האט זיך אסאך אפגעגעבן מיט זיין שכן און מיט פיל געטריישאפט אים באדינט, און דער בחור'ל האט געשפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב צו אים.
דער וואך האט זיך דער מאן גע'חלומ'ט, ווי דער בחור'ל קומט צו אים הימל און זאגט אים: "זאלסט וויסן, אז איך טו שתדל'ן דא אין הימל און איך ארבעט זייער שווער פאר דיין ווייב'ס רפואה." דער מאן האט זיך ערוועקט פונעם חלום, אבער באלד האט ער זיך צוריקגעלייגט. ווי נאר ער שלאפט צוריק איין, חלומ'ט ער זיך ווידער ווי דער בחור רעדט צו אים: "איך וויל דיר קלאר מאכן, אז עס איז נישט בלויז א חלום, עס איז וואָר! אויב ווילסטו זיך איבערצייגן אין מיינע ווערטער, גיי יעצט אריבער אין בית-המדרש און קוק אין די צווייטע שאפע וואו די רויטע סידורים ליגן, וועסטו אין איין סידור טרעפן דיין פרוי'ס נאמען געשריבן ביי 'רפאינו'."
דער יונגערמאן האט זיך נישט געפוילט, נאר איז באלד אריבער אין בית המדרש, וואו ער האט אויפגעזוכט צווישן די סידורים, ביז ער האט געפונען זיין פרוי'ס נאמען, אויפ'ן אנגעצייגטן פלאץ."
 
עד כאן פונעם גליון "אן אוצר".