שטיינעדיג אין תקופת טבת אין סאמע ברען (פראסט...) פונעם ווינטער, לאמיר זיך אפשטעלן אויף די שניי, און באטראכטן אביסל דעם באשעפערס גרויסע וואונדער.
 
ווי שיין און געשמאק איז צו זען דעם רואיגן ווייסן צודעק וואס הילט איין די גאנצע בריאה אין דעם פוכיגן ווייכן שניי. די רואיגע אטמאספערע וואס דאס געבט צו איז נישט צום באשרייבן. אבער אויסער די קינדער וואס קענען קוים ווארטן אויף די שניי צו קענען שפילן דערמיט און בויען שניי מענטשן, באקומט די וועלט אסאך בענעפיטן פון די שניי. ווער געדענקט נישט די שוואכע ווינטער פון פאריאר ווען עס האט כמעט נישט געשנייט אין ניו יארק, אבער וואס אסאך כאפן אפשר נישט, האט עס צוגעברענגט א שטארקע מאנגל פון פרישע קוואל וואסער, וואס האבן די צוויי א שייכות? די וואסער קוועלער זענען היילן וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די בריאה, און ווערן געפיטערט פון די רעגן אדער שניי פון העכער די ערד. אבער די ערד העכער די קוועלער זענען נישט געלעכערט, און כאטש עס רינט כסדר אראפ וואסער פון די ערד'ס אויבערפלאך צו זיי, קען אבער זייער ווייניג וואסער אויף אמאל אריינגייין, דאס איז גורם אז אפילו ווען עס רעגנט אסאך און אפילו גאר שטארקע שטורעם רעגנס קומט אבער זייער ווייניג דערפון אן צו די קוועלער אונטער די ערד. שניי איז אבער אנדערש, ווען די ערד איז צוגעדעקט מיט א שיכט פון שניי, טוט די זון אויפלאזן יעדן טאג קליינע מאסן פון די שניי וואס רינט שטאטעלעך אריין אין די ערד, און כמעט די גאנצע וואסער דערפון קומט פאקטיש אן צו די קוועלער.
 
און קוק די וואונדער פון באשעפער, די קאלטע שניי האט נאך א תפקיד, די קאלטע שניי טוט אנווארימען די ערד, און פילע געוויקסן און באשעפענישן באהאלטן זיך אונטער דעם און קענען אזוי ארום דורכלעבן די ברוטאלע ווינטער קעלט.
 
וויאזוי ווערט שניי פארמירט? אן אריינגיין אין וויאזוי "רעגן" ווערט פארמירט, וואס דארף א באזונדערע אריכות, ווערן די טראפעלעך פון וואסער פון וואס די וואלקענעס באשטייען פארמירט אין פיצקעלעך אייז ברעקעלעך אויב די טעמפעראטור איז אונטער 32 פערנהייט (0 צעלציוס) וואס ווערט וואנדערליך פארמירט אין די הערליכע פארעמס פון וואס מיר קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן, ווי יעדע איינציגע שניי ברעקל זעט אויס אנדערש, אבער איז הערליך פארמירט ווי א מייסטערהאפטע שטערן.
 
עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א דרך צו מאכן סיגופים ווי גלגול שלג, זיך פייניגן דאס גוף און אזוי אויסלייטערן די נשמה, אבער דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט א דרך אין עבודת ה', דער רבי האט געזאגט אז ווער עס מאכט התבודדות, ער רעדט צום אויבערשטן דער דארף זיך נישט פייניגן, דער רבי האט אויך געזאגט אז ער באדויערט דאס וואס ער האט זיך געפייניגט אין די אינגע יארן, ווייל ווען ער וואלט געוויסט ווי גרויס התבודדות איז וואלט ער נאר דאס געטון.
 
מוהרא"ש האט צוגעלייגט אז די וואס גייען הפצה קומען אפ אלע סיגופים, ווייל אז מען גייט ארום קומט אויס אז מען דארף גיין אין שניי, מען גליטשט זיך אויס, האט מען באקומען גלגול שלג, זומער גייט מען אין די היצן, מען שוויצט אוועק, און מען נעמט אלעס אן בשמחה, דערמיט קומט מען אפ אלע עבירות.
 
ראה זה חדש: אויפן גרויסן פארלאנג האבן מיר געעפענט אן אימעיל askgershon@gmail.com, ווי די ליינער וועלן קענען בעטן מיר זאלן באשרייבן סיי וועלכע נושא, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלינו.