טראץ דעם וואס אינעם יעצטיגן ווינטער האט זיך אנגעהויבן גאנץ שנייאיג, מיט עטליכע קלענערע שנייען וואס האבן באדעקט די גאסן מיט א שיינעם ווייסן טישטוך, קומט יעצט אריין דער באריכט, אז לויט די וועטער שאצער קומט דער ערשטער גרויסער שניי פאר'ן יעצטיגן סעזאן.
 
לויט די שאצונגען פון די וועטער שאצער וועט א שניי שטורעם באפאלן דעם גאנצן ראיאן פון קאנעטיקוט, ניו יארק און ניו דזשערסי, וואס וועט ברענגען גאנץ ערנסטע סכומים פון שניי.
 
נישט יעדער וועט באקומען אייניג. די סיטי ערווארט שניי בלויז צווישן 3-6 אינטשעס, צוליב דעם וואס עס קען זיין טיילווייז אויסגעמישט מיט רעגן. קרית יואל ווערט געשאצט צו באקומען צווישן 4 און 8 אינטשעס, און פאר קרית ברסלב אומגעגנט זאגט מען פאראויס 5-10 אינטשעס.
 
מען ערווארטעט אז דער שניי וועט אנהייבן צו פאלן ערב שבת קודש נאכמיטאג, און וועט זיך פארשטארקן במשך פרייטאג צו נאכטס, און וועט אבער אנהאלטן אלס א לייכטער שניי ביז שבת קודש פארמיטאג.
 
עס איז ראטזאם אז די וואס פלאנען זיך ארויסצולאזן אויף די וועגן ערב שבת, זאלן עס טון וואס פריער אין טאג, נאך איידער דער שניי קומט אן, צו פארמיידן עגמת נפש.
 
אין די שניי קען מען אויך דינען דעם אויבערשטן. עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געמאכט גלגול שלג, און זיך געגאנגען טובל'ען אין די אייזיגע טייכן. אבער דער רבי גיבט אונז א וועג וואס מיר קענען אויך טון. מיר וועלן מקיים זיין א מצוה און אויפשארן די שניי, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו: "מען דארף זייער אכטונג געבן אויפצושארן די שניי און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון שטוב. אויב מען לאזט שניי אדער אייז ביים אריינגאנג פון שטוב איז דאס סכנת נפשות; יעצט איז א פרוי אריין אין שפיטאל, זי האט זיך אויסגעגליטשט ביי א צווייטנ'ס שטוב; דער אייבערשטער זאל איר שיקן א רפואה שלימה. דאס איז נישט קיין שפיל; מען קען אמאל גורם זיין אז איינער וועט זיך אויסגליטשן און בלייבן א גאנץ לעבן א קאליקער רחמנא לצלן, פון זיך איינמאל אויסגליטשן. יעדעס מאל איר גייט אויפשארן די שניי אדער גיסן זאלץ און אוועקנעמען די אייז ביים אריינגאנג פון אייער שטוב - זענט איר מקיים א מצוה, איר נעמט אוועק בלוט פון אייער שטוב, די מצוה פון (דברים כב, ח): "וְלֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ כִּי יִפֹּל הַנֹּפֵל מִמֶּנּוּ"."
 
אזוי אויך וועט מען גיין אין א געשמאקע ווארימע מקוה, אבער צו דעם וועט בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט גרויסע זאכן אויף מקוה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט: "גיי אין מקוה יעדן טאג וועט אוועקגיין פון דיר אלע דינים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות המתקת הדין, סימן כב): 'עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת וִישׁוּעָה בָּאָה', אז ווען מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה. נאך זאגט דער רבי (שם, אות פא): 'הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין', אז ווען מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים; גיי אין מקוה יעדן טאג גלייך ווען דו שטייסט אויף, וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים."