שניידן האר און נעגל דאנערשטאג
יא אב תשפ"ה 📝
שאלה: די הלכה איז אז מען שערט נישט די נעגל דאנערשטאג, כדי ס'זאל נישט אנהייבן צו וואקסן שבת.
איר האט אמאל געשריבן אז די האר וואס וואקסט שוין ארויס איז שוין טויטע צעלן, און פארדעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ווען מען שניידט עס.
ווי איך פארשטיי איז אויך נעגל אזוי - ווייל אויך ביי דעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ביים שערן.
אויב אזוי, ווי אזוי ווייסן די ווארצלען אז מען האט זיי יעצט אפגעשוירן, אז ס'זאל נישט אנהייבן וואקסן שבת?
משה אריה יוזשעף
ענטפער: אין שלחן ערוך (אורח חיים, ר"ס, סעיף א) וואו מען רעדט פון זאכן וואס מען טוט לכבוד שבת, שטייט "ומצוה ... לגלח הצפרנים בערב שבת", עס איז א מצוה צו שניידן די נעגל ערב שבת. דער רמ"א לייגט צו "ואם היו שערות ראשו גדולות, מצוה לגלחן", אויב די האר איז גרויס איז עס א מצוה צו שניידן ערב שבת.
דער טורי זהב אויפן פלאץ ברענגט פונעם מהרש"ל אז "עס איז דא א טעם" פארוואס מען זאל עס נישט טון דאנערשטאג, און דער טורי זהב שרייבט דערויף, "ומה שמסיים שיש טעם בנטילת צפרנים, שמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת, וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום חמישי". אז ער האט געהערט אז די טעם איז אז האר און נעגל הייבן אן צו וואקסן דריי טעג נאכ'ן שניידן, דערפאר זאל מען נישט מאכן אז עס זאל זיין אום שבת, און דערפאר זאל מען זיך אויך נישט שערן די האר דאנערשטאג.
פרעגסטו זייער גוט, ווער זאגט פאר די נעגל און די האר אז מען האט זיי יעצט געשוירן?
די ערשטע זאך וואס מען קען דא זען, ווי שטארק מען דארף זיך פרייען אז שבת קומט, מען רוימט מען וואשט לכבוד שבת, און מ'נעמט אים אויף און מ'ווארט אויף אים ווי אויף א חשובע גאסט. און אז מען איז פרייליך שבת איז מען זוכה צו א נחלה בלי מצרים, מען קען אייביג לעבן מיט'ן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט.
צוריק צו דיין שאלה, די נעגל און די האר ווארצלען אינעווייניג אינעם קערפער זענען נאך אלץ פארבינדן מיט די דרויסענדיגע צעלן, אפילו זיי זענען שוין נישט קיין לעבעדיגע צעלן, און זיי קענען "שפירן" ווען מען שניידט עס אפ, כאטש עס טוט אונז נישט וויי, כאפן זיי עס אבער יא אויף, און זיי הייבן אן צו שיקן מעסעדזשעס אז די האר און נעגל זאלן זיך נעמען וואקסן.
"עַל יְדֵי שְׁמִירַת שַׁבָּת מַמְשִׁיךְ עַל עַצְמוֹ אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ גַּם עַל יְדֵי תְּשׁוּבָה" (ספר המידות חלק ב' אות ד)