שאלה: לכבוד ר' גרשון קרעמער,
 
איך הער כסדר רעדן איבער "פעיק ניוז", בפרט אין צוזאמענהאנג מיט אונזער יעצטיגן פרעזידענט, וועלכער האלט אין איין פארהאלטן און פארשרייען די מידיע אז זיי זענען איינזייטיג; אז אנשטאט זיין אומאפהענגיגע "זשורנאליסטן", זענען זיי פשוט'ע פארטיי אקטיוויסטן וואס זוכן אים נאר ארונטערצורייסן. מיין שאלה איז: צי איז עס טאקע אזוי? זענען טאקע אלע צייטונגס-שרייבער בעלי אגענדעס און נגיעות? און במחילת כבודך, אויב מעג איך פרעגן, וויאזוי ווייס איך אז איר שרייבט טאקע יא דעם אמת און איר פארדרייט נישט די נייעס באריכטן?
 
 
ענטפער: איר פרעגט זייער גוט, און איר מעגט טאקע פרעגן. יעצט האלטן מיר דאך ממש ערב דעם הייליגן יום טוב פסח, ווען יעדער טאטע זוכט אז די קינדער זאלן טאקע פרעגן; ווי חז"ל האבן איינגעפירט צו מאכן פארשידענע זאכן ביים סדר בלויז כדי די קינדער זאלן פרעגן, ווייל א תשובה וואס מען באקומט נאכ'ן פרעגן גייט בעסער אריין אין די קינדער. דער ציל יעצט איז אז מען זאל חזר'ן מיט זיך און מיט די קינדער די הייליגע אמונה, אנגעהויבן פון אברהם אבינו, ווי ער האט איינערקענט אז עס קען נישט זיין אז די וועלט פירט זיך אליינס; ער איז געשטאנען אליינס קעגן די גאנצע וועלט וואס האט געלאכט פון אים, אבער ער איז איבערגעקומען אלע נסיונות. דערנאך זענען ארויסגעקומען פון אים די שבטי ק-ה, וועלכע דער אויבערשטער האט געוואלט זאלן אויסגעפרואווט ווערן מיט'ן גלות מצרים. דער אויבערשטער האט געוואלט זען צו וועם זיי וועלן זיך ווענדן, און ווען זיי האבן געשריגן צום אויבערשטן, האט ער איבערגעדרייט די טבע און געוויזן די גרויסע נסים וואס מיר דערציילן פסח ביינאכט, און אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים.
 
יעצט צו דיין שאלה, צי שרייבער האבן אגענדעס. יא, יעדער שרייבער, אפילו ער זאל באמת פרובירן צו זיין אביעקטיוו, איז עס נישט מעגליך; א בשר ודם האט נגיעות, און עס וועט בהחלט ארויסקומען ביים שרייבן. א שרייבער וואס איז לינק וועט עס נישט קענען באהאלטן, ער וועט שרייבן אויף א וועג וואס וועט פרובירן אויפצואווייזן פאר זיינע ליינער די גערעכטיגקייט פון די לינקע מיינונג, און דאס זעלבע וועט זיין אויף רעכטס. א שרייבער וואס ליינט נארישקייטן און הערט אויס פאדקעסטס פון לצים, וועט אריינגיין א גיפט אין זיין שרייבווערק. דערפאר איז זייער וויכטיג אכטונג צו געבן וואס מען הערט און ליינט.

 
מיר דא אינעם "קרית ברסלב בלעטל" זענען אויך נישט קיין יוצאים מן הכלל; מיר האבן אלע קלארע נגיעות, אריינגערעכנט אונזער ארטיקל. אונזער ציל איז אריינצוברענגען אין אונז די פשוט'ע אמונה א גאנץ יאר, נישט נאר פסח ביינאכט, אויף יעדן מעגליכן אופן. איינע פון די וועגן איז דורך נייעס; פון יעדע נייעס, אויב מען קוקט נאר אביסל טיפער, קען מען זען דעם אויבערשטן.