מיט עטליכע טעג צוריק איז געווען אין די נייעס אז עטליכע אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט אין עזה זענען ב"ה באפרייט געווארן אין א גרויסע מיליטערישע אפעראציע ביי וועלכע הונדערטער עזה'אנער זענען גע'הרג'עט געווארן.
 
דערווייל געפונען זיך די באפרייטע משכונות אונטער מעדיצינישע אויפזוכט, און ווי דאקטוירים זאגן זעט מען אויף זיי ערנסטע סימנים פון גייסטישע פראבלעמען וואס האט זיך אנטוויקעלט פון זייער געפענגעניש. די ערגסטע איז אז עס זענען דא אנדייטונגען אז זיי האבן אנטוויקעלט דעם "שטאקהאלם סינדראם".
 
"שטאקהאלם סינדראם" איז די ערשטע מאל אנטדעקט געווארן אין שוועדן אין יאר תשל"ג ווען דורכאויס א רויבעריי זענען א גרופע באנק ארבייטער געהאלטן געווארן דורך די פארברעכער אלץ משכונות פאר זעקס טעג, און ווי איבעראשענד עס האט זיך געהערט האט מען געזען אז די באפרייטע משכונות האבן באקומען א געוויסע "ליבשאפט" צו זייערער פארכאפערס, און אנשטאט זיי זאלן ארויסהעלפן אין די אויספארשונג צו ערמעגליכן צו אנקלאגן די פארברעכער, האבן זיי בלויז געהאלטן אין איין פארטיידיגן די רויבער.
 
זינט דאן האט מען שוין באמערקט דעם ערשיינונג ביי נאך אזעלכע געלעגענהייטן, איר קענט דאס פארשטיין? זיי זענען פריי, זיי קענען זען די שיין פון די זון, זיי זענען צוריק צו זייער פאמיליע, אבער זיי האבן עפעס א געפיל ווי זיי ווילן צוריק צו גיין. עס איז זענען דא מענטשן פארכאפט ביי די סמ"ך מ"ם אין טאש, עס קומען די קאמאנדאס, די מפיצים, מען געבט זיי א מעסערל אין די הענט, מוהרא"ש רעדט צו אונז און זאגט אונז קלאר, דו ביסט באפרייט, דו קענסט יא לערנען, הייב אן זאגן, האב נישט קיין מורא, גיי נישט צוריק צו דיינע פארכאפער וואס זאגן דיר זאגן אז עס הייסט נישט געלערענט, זיי זענען נישט דיינע פריינט. עס ערווארט דיר הערליכע לעבן. דו קענסט אהיים גיין צו דיין ווייב און האבן א געשמאקע שטוב, צוברעך נישט דיין שטוב. די וואס ווילן עס צוברעכן זענען דיינע שונאים, גיי נישט צו זיי. 
 
פאלג צדיקים און גיי ארויס פון דיין פריוואטע גלות, הייב אן לעבן, וועט דיר זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט!