ווי שוין איינגעפירט אין די לעצטע חדשים טוט דער ראש ישיבה אפרעכטן א געשמאקע סעודת ראש חודש צו וועלכע עס ווערן געלאדענט די גדולי תומכי הכולל, די וועלכע זענען מנדב גרויסע סכומים אז די אינגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען.
 
קומעדיגע סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן זונטאג חנוכה, צו וואס די חשובע תומכי הכולל האבן באקומען א הערליכע איינלאדענונג. צווישן זיי געפונען זיך מו"ה מרדכי אהרן היילפערן הי"ו, מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, מו"ה משולם פינטער הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האבן מנדב געווען פארן כולל פאנטאסטישע סכומים, וועלנדיג האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין די לימוד התורה פון די חשובע אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען בהתמדה רבה, און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה.
 
דער מסיבה אנטשפרעכט צו זיין גאר געשמאק, ווי דער ראש ישיבה שמועסט דורך אינטערעסאנטע און געשמאקע נושאים, פון וואס אלע וועלן בעז"ה ארויסגיין מיט פולע קעשענעס חיזוק און אינספיראציע.
 
ווי דער ראש ישיבה זאגט כסדר איז דער כולל דער שמירה פארן שטעטל, און איז א שמירה פאר אלע וואס שטיצן איר, אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין שטיצן דעם כולל קענען זיך ווענדן צום גבאי פונעם כולל מו"ה ארי' שניטצלער הי"ו וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די געהאלט פאר די תלמידי חכמים די לומדי הכולל זאל ווערן פולקאם באצאלט יעדע וואך.