קרן הדפסה גרייט זיך אין די טעג ארויסצוגעבן א פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי מיט גרויסע באטעמטע אותיות, אז עס זאל זיך זאגן גרינג און געשמאק.
 
דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט אין א בריוו פון מוהרא"ש אין פעלת הצדיק (סימן תתצ"ז בהגהה) ""נִמְצָא שֶׁעֲשָׂרָה קַאפִּיטְל תְּהִילִים" - טז, לב, מא, מב, נט, עז, קה, קלז, קנ - די צען קאפיטלעך, "שֶׁגִּלָּה רַבֵּינוּ זַ"ל", וואס דער רבי האט אונז אנטפלעקט, די תיקון הכללי, "הוּא תִּיקוּן לְכָל הַחֲטָאִים שֶׁבָּעוֹלָם בִּכְלָלִיּוּת", איז א תיקון פאר אלע עבירות פון די וועלט, "וּבִפְּרָטִיּוּת לְכָל מִינֵי פְּגָמֵי הַבְּרִית", און ספעציעל פאר פגם הברית רחמנא לצלן, "וּבִפְּרָטֵי פְּרָטִיּוּת לְמִקְרֶה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְּלָן".



מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (שם): "וְעַל כֵּן מִי הֶחָפֵץ בַּחַיִּים", ווער עס זוכט לעבן, "מִי הָרוֹצֶה לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה מֵעֲוֹנוֹתָיו וַחֲטָאָיו שֶׁנָּפַל בָּהֶם רַחֲמָנָא לִצְּלָן", ווער עס וויל תשובה טון אויף זיינע זינד וואו ער איז אריין געפאלן, "כָּל אֶחָד וְאֶחָד כְּפִי יְרִידוֹתָיו", יעדער איינער לויט ווי ער איז אראפגעפאלן, "יְרַחֵם עַל נִשְׁמָתוֹ", זאל רחמנות האבן אויף זיין נשמה, "וְיֹאמַר בְּכָל יוֹם אֶת הָעֲשָׂרָה מִּזְמוֹרֵי תְּהִלִּים", און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, "שֶּׁהֵם תִּיקוּן חָדָשׁ לְגַמְרֵי", וואס דאס איז א נייער תיקון.



דער רבי זאגט אז נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי" דארף מען מער נישט איבער טראכטן וואס מען האט געטון, דער עיקר תיקון הברית - האט דער רבי געזאגט - איז "נישט איבערטראכטן"; איינמאל מען האט געזאגט דעם תיקון הכללי זאל מען מער נישט איבער טראכטן וואס איז געווען, נאר אנהייבן מיט א נייע התחלה דינען דעם אייבערשטן, לערנען און דאווענען און טון מצוות.



מיר דארפן אוועק לייגן אונזער שכל אין פאלגן דעם רבי'ן, זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די "תיקון הכללי", בתמימות ובפשיטות. דער רבי האט צוגעזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן צב): דער וואס וועט זאגן די צען קאפיטלעך - דעם "תיקון הכללי" - וועט פאררעכטן אלעס וואס ער האט פוגם געווען."
 
דערפאר כדי צו מאכן געשמאק און גרינג דאס תיקון הכללי גרייט מען צו צום דרוק די פריש איבערגעארבעטע תיקון הכללי אויף דריי פארמאטן, א גרויסע פארמאט, א מיטעלע סייז, און א מהדרות כיס וואס פיט אריין אין טאש.
 
מען קען אפקויפן די זכות פון דרוקן די תיקון הכללי דורכן רופן דעם גבאי ר' לייבי ראטה אויף 347-578-4449.