תלמדים פון ברסלב'ע חדר בעטן זיך אויס ביים ריבניצער רבי'ס ציון
יט אדר תשפ"ג 📝
פארגאנגענעם מיטוואך תצוה האבן די צוויי ברסלב’ע תלמוד תורה’ס; פון וויליאמסבורג און פון קרית ברסלב זיך ארויסגעלאזט אויף א געשמאקע אויספלוג, נאכדעם וואס די טייערע קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט זייער שיין מיט אלעס וואס די טייערע מלמדים הייסן טון, זיי דאווענען ערליך, זיי לערנען פלייסיג, און זיי פירן זיך אויף מיט א געוואלדיגע דרך ארץ, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט”א פאדערט שטענדיג אז דרך ארץ דארף זיין די וויכטיגסטע זאך, פאר אלעמען.
די צוויי תלמוד תורה’ס האבן זיך אפגעשמועסט אז מיטוואך וועט מען זיך ארויסלאזן צוזאמען צום דעסטינאציע צום שטאט מאנסי, צום ערשט איז מען אריבער צום נייעם בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, ווי די גבאים האבן אויפגענומען די קינדער בסבר פנים יפות, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע איבערבייס פאר אלע חשובע קינדער און מלמדים. און דערנאך האט מען געדאווענט צוזאמען מנחה.
דערנאך איז מען אריבער צום ציון פון הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, און זיך גוט אויסגעבעטן פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.
די קלימאקס פונעם טאג איז געווען ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו א פלאץ ווי עס איז דא א שניי בארג און מען קען זיך גליטשן געשמאק, אלע קינדער האבן זיך גוט אויסגעגעבן און הנאה געהאט יעדע מינוט, מען האט זיך געגליטשט מיטן אייבערשטן, א גאנצע צייט האט מען געהערט פון די קינדער אויסשרייען “שכח אייבערשטער”, די קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם טריפ.
פון דארט איז מען אהיים נאכן זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן ביתר שאת וביתר עוז.