תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים עיה"ק
י שבט תשפ"ב 📝
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א יאר פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער חדר "תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו האבן די זכיה צו לערנען פון מלמדים מומחים יראי השם תלמידי היכל הקודש. און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואכני" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלץ אינגערמאן).
אנגעהויבן פאריגע וואך האט זיך דער חדר געעפענט אינעם עזרת נשים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און די וואך איז מען אריבער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו, וואס האט לעצטענס איבערגעבויעט זיין דירה, און אראפגענומען א צימער וואס זאל זיין געאייגענט פאר געסט. און יעצט האט מו"ה שמעון עוזר הי"ו זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן דעם צימער פאר די נייע תלמוד תורה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן.
מען האט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, און האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג.
און טאקע די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבנער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און לערנט מיט די קינדער, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אין אייבערשטן, אויף אזא וועג אז דאס וועלן זיין מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן בעזהשי"ת.
אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים