אין די טעג זענען די טייערע תלמידים, די תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל, ארויסגעפארן אויף א נסיעה קיין מאנסי. זיי זענען געווען באגלייט דורך די איבערגעגעבענע מלמדים, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א און הר"ר לוי יצחק ווערטהיימער שליט"א.
 
דורכאויס דעם באזוך האבן די קינדער געהאט די זכיה צו מתפלל זיין ביי די הייליגע ציונים פון דעם ריבניצער רבי'ן, דעם וויזשניצער רבי'ן, דעם סקולענער רבי'ן, און נאך אנדערע גרויסע צדיקים זכותם יגן עלינו. די קינדער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויסצוגיסן דאס הארץ פארן באשעפער מיט תמימות און פשטות. זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן אויף אלע זייערע באדערפענישן אין זייער אייגענע שפראך, וויסנדיג דעם גרויסן כח פון רעדן צום אויבערשטן ביי קברי צדיקים, וואו מ'קען פועל'ן ביים אויבערשטן גאר גרויסע זאכן.
 
דערנאך זענען די קינדער געגאנגען מנחם אבל זיין ביי משפחת לעווי, וואו מו"ה ברוך עזריאל לעווי הי"ו איז געזעצן שבעה אין מאנסי נאך זיין טייערן ברודער מו"ה יואל ע"ה, וועלכער איז ליידער פלוצלינג אוועק אין א יונגן עלטער.
 
די קינדער האבן זיך אויפגעפירט מיט א געוואלדיגע דרך ארץ און האבן מחזק געווען די משפחה מיט ווערטער פון אמונה און חיזוק. נאכדעם האבן זיי געזונגען הארציגע ניגונים פון אמונה און בטחון.
 
די ווערטער און די ניגונים פון די קינדער האבן איבערגעלאזט א שטארקן רושם אויף די אנוועזנדע. די מענטשן דארט האבן באמערקט ווי שטארק זיי זענען נתעורר געווארן פון די ריינע דיבורים פון די זיסע קינדער, וואס לעבן מיט אמונה פשוטה און א קלארע ידיעה אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן.
 
ביי דעם באזוך איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ קאפישער רב שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע רייד פאר די קינדער און די גאנצע משפחה. דער רב האט אויסגעדריקט זיין טיפע התפעלות פון די קינדער, זעענדיג זייער אויסערגעווענליכע איידלקייט און ריינע תמימות.
 
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די קינדער, מיט זייער אמת'ע אמונה און בטחון, זענען די וואס פילן אן דעם גרויסן חלל וואס דער שווערער פארלוסט האט איבערגעלאזט. ער האט באטאנט אז נאר אמונה און בטחון קענען באגלייטן א משפחה אין אזעלכע שווערע צייטן, און נאר דאס גיט די כוחות איבערצוקומען דעם גרויסן צער.
 
די משפחה האט אויסגעדריקט א טיפע דאנקבארקייט פאר'ן חשוב'ן באזוך, און אלע אנוועזנדע זענען ארויס מיט א געוואלדיגע התחזקות און נייע כוחות, אנגעפילט מיט אמונה אינעם אויבערשטן.
 
 
דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל ווייטער נאר הערן גוטע בשורות, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, און מיר זאלן זוכה זיין צו הערן נאר בשורות טובות אמן.