א גרויס שמחה הערשט ביי אלע תלמידים וידידים צום פרייליכן בשורה אז היינט זונטאג אינדערפרי איז געבוירן געווארן צום ראש ישיבה א אינגל.
אלע גרייטן זיך צום גרויסן געלעגענהייט ווען דער ראש ישיבה ווען פירן זיין ניי געבוירן אינגל צום פרייליכן גרויס מצוה פון ברית מילה וואס וועט האפענטליך פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת בלק, וואס וועט זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט - ווען אליהו הנביא קומט צום ברית און דער אייבישטער איז מוחל אלע עבירות - זיך צו אויסבעטן אלעס גוטס.
אלע תלמידים און ידידים ווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר ראש ישיבה און זיין ווייב תחי'. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זיי זאלן זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון די אנדערע קינדער, זיי זאלן זוכה זיין צו מגדל זייערע זיינע קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט, און זיי זאלן מכניס זיין דעם רך הנולד בבריתו של אברהם אבינו בעתו במזנו.
 
"רבי שמעון בן גמליאל אומר, כל מצוה שקבלו עליהם בשמחה, עדיין עושים בשמחה, כגון מילה" (שבת קל ע"א)
א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (כ"ט אייר תשע"ז)
א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (ר"ח אב תשע"ד)