תפלת ישראל וועלן זיכער צושטערן די גזירות קעגן די אידישע חינוך
ח כסלו תשפ"ה 📝
די וואך איז אנגעקומען א שטרענגע אימעיל פון די לאקאלע סקול דיסטריקטן פאר די ישיבות און חדרים וואס האבן נישט אויסגעוועלט קיין "פעטוועי", אינעם אימעיל באקלאגן זיי זיך הלמאי מען איגנארט זיי און מען וועלט נישט אויס קיין וועג וויאזוי מען וועט פאלגן דעם געזעץ, און דעריבער וויבאלד מען האט נישט אליינס אויסגעוועלט קיין פעטוועי לייגט זיי ארויף דעם מוסד מדעת עצמם אויף "פעטוועי נומער 7".
בקיצור וואס דא גייט פאר, די ניו יארק סטעיט האט זיך לעצטענס פארלייגט אויף די מוסדות התורה און פאדערן זיי אויף מען זאל זיי אויפווייזן אז מען קומט נאך דעם געזעץ אז יעדע אפיציעלע סקול אין די סעיט מוז זיין - נישט מער און נישט ווייניגער - אזוי ווי א פאבליק סקול(!), אויך פריוואטע און רעליגיעזע שולעס פאלן אונטער דעם געזעץ. דער פלאג גייט שוין אן אין די לעצטע יארן, דער געזעץ איז שוין אפילו געווען אין געריכט עטליכע מאל, און דערפאר האט זיך עס פארשלעפט ביז יעצט
אויספאלגן דעם געזעץ כמו שהוא קען נישט קומען אין באטראכט. מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויף די וועגן פון די תורה, אויף דעם הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר גיין שוין פון מעמד הר סיני, און דא אין אמעריקע איז דער וועג שטאנדהאפטיג אוועקגעשטעלט געווארן דורך די פריערדיגע צדיקים ובראשם דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע. און ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט די ברלסב'ע מוסדות, האט מוהרא"ש געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל איבערשמועסן די יסודות וויאזוי אן ערליכער מוסד דארף זיף פירן מיט די עלטערע תלמידים פון הייליגן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע און אזוי זאל ער פירן דעם מוסד, און זיך נישט אוועק רירן פון דעם קיין זוז כל שהוא.
געלויבט דעם אויבערשטן אז די הייליגע ערליכע חינוך ברענגט זיסע פירות, עס קומען ארויס פון די ערליכע אידישע חדרים שיינע דורות פון ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס לעבן מיט א ציל, זיי זענען עוסק אין ברענגען פרנסה ערליכערהייט מיט'ן ציל צו ברענגען אויף דער וועלט א פרישע דור אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, עס קומען ארויס געטרייע אידישע צניעות'דיגע מאמעס מיט יראת שמים, וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייערע קינדער'ס וועגן און געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער זיי אויפצוברענגען לתורה ויראת שמים.
פון די אנדערע זייט זענען די פאבליק סקולס א דורכפאלן וואס איז נישטא איר'ס גלייכן, ביי די טויערן פון יעדע פאבליק סקול שטייען באוואפענטע וועכטער צו היטן אויף די צעווילדעוועטע אינגעטליכע, און זייערע ווענט זענען אנגעפילט מיט אלע מיני פארברעכערערישע אקטיוויטעטן, אזוי ווייט אז א טיטשער איז נישט פארזיכערט אהיים צו קומען לעבעדיג ביינאכט, ווער ווייסט וואס אן אויפגערעגטע סטודעט וועט ברענגען אין שולע.
ווען די ליבעראלן וואלט געהאט נאר אביסעלע שכל וואלטן זיי געמאכט א געזעץ אז די פאבליק שולעס דארפן נאכמאכן די מסודות התורה, זיי זאלן קומען פרעגן די רבנים וויאזוי מען קען מחנך זיין קינדער זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש. א אידישע מוסד זאל זיך פארגלייכן צום פאבליק סקול? קומט אפילו נישט אין באטראכט!
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אונזערע קינדער האבן נישט קיין פרייז, און אויב די רעגירונג וועט אוועקנעמען עטליכע מיליאן דאלער פון די מוסדות צוליב מען קומט נישט נאך דעם געזעץ, איז נישט עק וועלט. עס איז נישט קיין אפציע מיר זאלן פארקויפן אונזערע קינדער צו די סטעיט. אונזערע קינדער זענען נישט פאר סעיל...
מען בעט אנשי שלומינו זאלן ווייטער אינזין האבן אונזערע טייערע קינדערלעך און בעטן דעם אויבערשטן אז די השתדלות וואס פארשידענע עסקנים לייגן אריין אין פילע פראנטן זאלן מצליח זיין, און די גזירה קעגן דעם ערליכן חינוך זאל בטל ווערן.