דער תשעה באב איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה אין קעמפ מיט גרויס התעוררות.
פארנאכטס זענען זיך צוזאמגעקומען די גאנצע ישיבה, מיט די פילע אנשי שלומינו תושבי המחנה, צו מתאבל זיין און מקונן זיין אינאיינעם אויפ'ן חורבן בית המקדש. נאך מעריב האט מען זיך געזעצט אויף דער ערד צו זאגן איכה און קינות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט איכה מיט גרויס התעוררות.
שפעטער ביינאכט, נאך די קינות, האט מען זיך אראפגעזעצט צו זינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים פון השתוקקות צו משיח צדקינו און צום בנין בית המקדש במהרה בימינו. דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט נאכגעזאגט וואס דער רבי זאגט אז ווען מען זאגט איכה און קינות, דארף דאס יעדער אויסטייטשן אויף זיך אליין, אויף זיין אייגענעם חורבן, אויף דעם וואס ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, און אויף דעם וואס ער האלט צוריק ביאת המשיח. די שמועס האט אנגעהאלטן ביז גאר שפעט אין די נאכט שעה'ן, מיט פילע ניגונים און דיבורים. (מען קען זען דעם גאנצן שמועס אויפ'ן לינק דא אונטן).
אינדערפרי נאך שחרית האט מען ווידער זיך אראפגעזעצט צו זאגן קינות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט ביז נאך חצות.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א.
ליל תשעה באב תשע"ז - חלק א'
ליל תשעה באב תשע"ז - חלק ב'
 
מוצאי תשעה באב, נאכ'ן אויספאסטן, האט מען געמאכט קידוש לבנה ברוב עם אויפ'ן פעלד אין קעמפ. דערנאך האט מען געטאנצן אינאיינעם, און נאכדעם האט מען זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן פרייען פעלד פאר א קומזיץ, וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים צוזאמען.
בילדער
ווידיא