שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס האט די חסיד'ישע זאכן און די קבלה זאכן מיט מיר
שלום בית, קשיות, חסידות, עבודת השם, בארד און פאות, קבלה, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגען א קשיא וואס איז אביסל סענסיטיוו און ס'ליגט מיר שוין אויפ'ן הארץ זייט איך בין א יונגער בחור, ממילא זאלט איר פארשטיין אז איך קום נישט חס ושלום אטאקירן, נאר פונקט פארקערט, ווייל איך האב אין ערגעץ נישט געקענט באקומען א תשובה, פרעג איך עס דא, ווייל איך האף אז דא וועל איך באקומען קלארקייט. איך שעפ אסאך חיזוק פון די קונטרסים פון מוהרא"ש, און די בריוון און שיעורים פון ראש ישיבה, ממילא האף איך אז אפשר דא וועל איך ענדליך באקומען א הסבר אויף וואס באדערט מיר.


איך וועל זיך באציען צו א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר אינגערמאן וואס פרעגט אויב ער מעג אביסל צופיצן די בארד ווייל זיין ווייב וויל עס זייער שטארק, און דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז די בארד איז די צינורות השפע, און אז מ'שערט די בארד פארלירט מען די פרנסה. דאס פארשטיי איך נישט, טרעפן מיר דען נישט צענדליגע טויזענטער אידן וואס שערן זיך די בארד און האבן יא פרנסה בריוח? צווייטנס, שניידן די בארד מיט א שערל איז דאך מותר על פי הלכה? דריטנס, די גמרא זאגט דאך אז מ'באקומט גאר עשירות פאר'ן מכבד זיין די ווייב, און דא קומט א אינגערמאן וואס וויל מכבד זיין די ווייב, און טון א זאך וואס איז אויסגעהאלטען להלכה, און מ'זאגט אים אז ער וועט דורכדעם פארלירן זיין פרנסה?


אבער דער עיקר האט מיר געשטערט וואס איר שרייבט וועגן די צינורות השפע, באמת איז די קשיא מיר אלץ שווער געווען אויף אלע ספרי חסידות. ס'איז זיכער אז די סודות התורה זענען א חלק פון די תורה, און מיר גלייבן אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, אבער מיר זענען דאך פשוטע אידן, וואס האבן די אלע זאכן מיט מיר?


איך ווער זייער צעמישט ווען איך פרוביר צו לערנען חסידי'שע ספרים און זיי הייבן אן צו רעדן פון בחינות און עולמות, זאכן וואס איך שפיר עס האט נישט קיין שום שייכות מיט מיר. איך פארשטיי דער וועלט, און איך קען אפילו אביסל פארשטיין תורה, כאטש איך ווייס אז ס'ליגט טיפע סודות באהאלטען אין יעדער אות, אבער ווען ס'קומט צו חסידות הייב איך נישט אן צו פארשטיין. ביטע העלף מיר צוציקומען צו א הבנה אין דער חלק פון תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רייסן קריעה ווען מען ליינט דיינע ווערטער; ווי שעמסטו זיך נישט צו שרייבן אויפ'ן הייליגן זוהר אז דאס איז נישט א חלק אין די תורה? ווי קען מען זאגן אויף די בארד און פיאות אז דאס איז נישט אידישקייט?!


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


מען דארף רייסן קריעה אויף די ווערטער וואס דו שרייבסט אז מען דארף טון אלעס וואס די ווייב בעט! די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "כָּל הַהוֹלֵךְ בַּעֲצַת אִשְׁתּוֹ נוֹפֵל בַּגֵּיהִנֹּם", ווער עס פאלגט די ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות עצה, סימן ט): "הַהוֹלֵךְ אַחַר עֲצַת אִשְׁתּוֹ, נוֹפֵל בְּגֵיהִנֹּם", ווער עס גייט נאך די עצה פון זיין ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום; אך און וויי פאר די וואס גייען נאך די ווייב און טוען אלעס וואס זיי בעטן.


דאס וואס דו מישט אויס די יוצרות, דו שרייבסט אז אויב מען פאלגט די ווייב ווערט מען רייך; אויף דעם זאגן חז"ל (בבא מציעא, שם) עס ווענדט זיך וואס זי וויל, וואס זי פארלאנגט; ווען עס רעדט זיך פון שטוב זאכן אדער סתם וועלט זאכן, דעמאלט איז גוט מיט צו גיין מיט איר און זיך נישט עקשנ'ען און זיכער נישט טענה'ען און מאכן וויכוחים, אבער ווען עס רעדט זיך פון גיין קעגן די תורה - טאר מען נישט נאך גיין די ווייב, ווייל ביים סוף קומט מען אן אין גיהנום.


א מאן דארף האבן שטארקע פרינציפן וואס ער בייגט זיך נישט דערביי פאר קיינעם. מען דארף אוועק שטעלן שטארקע פרינציפן אין שטוב, גדרים וסייגים כדי מען זאל חס ושלום נישט אנקומען עובר צו זיין אויף קיין שום איסור, בפרט אין שמירת המצות, וואס אפילו זי וויינט און שרייט טאר מען נישט נאכגעבן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט מותר זיין בשום פנים ואופן. סיי אין כשרות, ביים עסן וכו' און סיי אין די וועג ווי אזוי מען טוט זיך אן וכו'; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פ:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלּוֹת", פרויען זענען נישט אזוי שטארק; נאר ווען עס קומט צו וועלט זאכן וכדומה, דארט דארף מען געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא גָּחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", בייג אראפ דיין גאוה און הער אויס וואס זי זאגט.


אויף דיין אנדערע פראגע: "מען זעט דאך טויזנטער מענטשן וואס שניידן די בארד און האבן פרנסה וכו' וכו'"; די פראגע קען דיר מאכן פאר א גרויסער אפיקורס, די פראגע האט נישט מיט שניידן די בארד, די פראגע זאגן די אפיקורסים אויף אלע מצוות וואס דער אייבערשטער הייסט.


דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זענען דאך פשוט'ע אידן וכו'"; אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין א פשוט'ער איד זאלסטו אננעמען די ווערטער פון די צדיקים וואס נאר זיי ווייסן וואס איז א פשוט'ע איד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדריידט די וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.