שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז ס'איז זייער שווער פאר מיין ווייב זיך צו שערן די האר?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך אויסדרוקן א דאנק פון טיפעניש פון הארץ אויף די פילע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א די לעצטע פאר יאר וואס איך הער די שיעורים.


דער אייבערשטער האט מיר ברוך ה' געגעבן זייער א וואוילע און ערליכע ווייב פון גאר א גוטע שטוב. זי האט אבער געלערנט אין א שולע וואס דארט איז די מסורה אז די פרויען שערן זיך נישט די האר נאך די חתונה, און פארשטייט זיך אז מ'האט קיינמאל נישט גערעדט דארט איבער דעם ענין צו די מיידלעך. אין צוגאב וואוינען מיר אין א ליטווישע געגנט, פול מיט ערליכע אידן, אבער ביי זיי שערן זיך נישט די פרויען, און אסאך פון אירע חבר'טעס שערן זיך נישט, און דאס מאכט זייער שווער פאר מיין ווייב דאס זיך שערן.


די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה האט זי מיר נישט געזאגט איבער דעם וואס זי וויל באמת זיך נישט שערן, ווייל זי האט מיר נישט געוואלט מצער זיין, אבער איין טאג איז אונטערגעקומען א מעשה וואס דאס האט געברענגט זי זאל מיר אויסזאגן דעם אמת ווי שווער ס'איז פאר איר, מיר האבן געהערט פון איינעם וואס מ'האט זיי גע'פסק'נט אז א פרוי דארף זיך נישט שערן, און דעמאלט האט זי ארויסגעזאגט דעם אמת אז זי וואלט גרייט געווען צו בלייבן א מיידל פאר נאך עטליכע יאר אבי זיך נישט צו דארפן שערן, און זי קען נישט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין גאנצע ערליכע קהלות ביי אידן וואו מ'שערט זיך נישט, און ווי אזוי קען זיין אז בלויז ווייל מיר זענען געבוירן געווארן אין די קהלה, נאר דערפאר מוזן מיר זיך יא שערן, און ס'איז ממש אזוי הארב.


איך האב מסתמא נישט געטון ריכטיג, אבער איך האב איר דעמאלט געזאגט אז מסתמא איז עס טאקע נישט אזוי געפערליך, איך האב געזען אין ספרים אז דער עיקר איסור איז ווייל אויב האט מען האר וועט מען עס אויפדעקן, און איך ווייס אויף זיכער אז ביי מיין ווייב וועט דאס נישט פאסירן. און דעמאלט איז געווען א שטיק צייט וואס זי האט זיך נישט געשוירן, און דאן האט זי ממש אויפגעלעבט, זי איז ממש געווארן א נייער מענטש, די גאנצע שטוב האט אויפגעלעבט, און אונזער שלום בית איז געווארן פיל בעסער.


בקיצור איז דורכגעגאנגען נאך אסאך צייט זייט דעמאלט, עליות און ירידות, ווען איך האב אנגעהויבן שפירן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן האט זי זיך ווידער געשוירן און ווידער אריינגעפאלן אין דעפרעסיע, און דערנאך ווידער נישט געשוירן און געווארן אויפגעלעבט, און אזוי אהין און צוריק. פון איין זייט האב איך געזען תשובות אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, און פון די אנדערע זייט איז אונזער מסורה זייער שטארק יא צו שערן און איך האב געליינט בריוו אויך פונעם ראש ישיבה איבער די הארבקייט פון די זאך.


די שאלה איז אויב ס'איז בעסער מוותר צו זיין אויף די מסורה ענדערש ווי אריינצופאלן אין דעפרעסיע וואס קען ברענגען פראבלעמען און עבירות? אפשר איז גאר יצא שכרו בהפסידו, אפשר וועל איך באקומען שכר פאר'ן יא ברעכן די מסורה אין אזא פאל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען נישט באצווינגען א צווייטן און זיכער נישט א ווייב; זייער אסאך פראבלעמען קומען ארויס ווען מען באצווינגט א ווייב.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", א מענטש זאל קיינמאל נישט ווארפן א שרעק אין שטוב אויף זיין ווייב, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בַּגִּבְעָה הֵטִיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה, וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל", ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה, ווי צענדליגער טויזנטער אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם וואס איינער האט געלייגט א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות: גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.


קיינער האט נאך נישט מצליח געווען דורך באצווינגען די ווייב; וואס איז יא שייך צו טון? שיין רעדן. שיין רעדן קען מען יא, שיין רעדן דאס איז די וועג צו מצליח זיין, מען קען נישט נעמען א כלה נאך די חתונה איר אפשערן די האר אן דעם וואס זי זאל וויסן דאס חשיבות דערפון. עלטערן דארפן רעדן צו זייערע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, זיי דערציילן וואס צדיקים האבן געזאגט וואס מען באקומט ווען מען שערט זיך אפ די האר, זיי דערציילן דאס חשיבות און שכר וואס דער אייבערשטער געבט פאר די פרויען, דאס מסירות נפש פון אונזערע עלטערן.


קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר'", די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל זיך פירן אזוי ווי די צדיקים האבן געוואלט, איך שרייב דיר א קליינע תפלה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג. מיט תפילה וועט זיך אלעס טוישן, אפילו זאכן וואס זעען אויס ווי מען קען דאס נישט טוישן:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר, לֵייג אַרַיין אַ הֵיילִיגְקֵייט אִין מַיין וַוייבּ, זִי זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אַז אִיר הָאר זָאל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּגֶעדֶעקְט; אִיךְ הָאבּ זֵייעֶר מוֹרָא פוּן דָאס וָואס שְׁטֵייט אִין זֹהַר הַקָדוֹשׁ (נָשׂא קכה.) אוֹיף אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר, אַז זִי אִיז גוֹרֵם עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקַייט אִין שְׁטוּבּ, אִירֶע קִינְדֶער וֶועלְן נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז זִי גוֹרֵם אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֵ"ם זָאל זַיין אִין אִיר שְׁטוּבּ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז מַיין וַוייבּ וֶוערְט דֶעפְּרֶעסְט וֶוען זִי טְרַאכְט פוּן זִיךְ שֶׁערְן? אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן; אַז זִי שֶׁערְט זִיךְ - אִיז זִי דֶערְבִּיטֶערְט, אַז זִי שֶׁערְט זִיךְ נִישְׁט אִיז זִי פְרֵיילִיךְ, אָבֶּער אִיךְ וִויל דָאךְ יָא זִי זָאל זִיךְ אָפְּשֶׁערְן, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער וָואס זָאל אִיךְ טוּן? פוּן אֵיין זַייט וִויל אִיךְ אִיר נִישְׁט וַויי טוּן, אִיךְ וִויל לֶעבְּן מִיט אִיר בְּשָׁלוֹם אוּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ טוּן דַיין וִוילְן אוּן אִיךְ וִויל אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ שְׁטוּבּ מִיט עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, זִי טוּט עֶס נִישְׁט פַאר שְׁלֶעכְטְקֵייט, זִי וֵוייסְט פָּשׁוּט נִישְׁט דִי שֵׁיינְקֵייט דֶערְפוּן. אָנָּא הַשֵּׁם, אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, גֶעבּ מִיר אַ וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל קֶענֶען רֶעדְן מִיט אִיר, אַז זִי זָאל פַארְשְׁטֵיין דִי הַארְבְּקֵייט דֶערְפוּן אוּן זִיךְ אָפְּשֶׁערְן אִיר הָאר אַזוֹי וִוי דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים הָאבְּן אוּנְז גֶעלֶערְנְט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.